מכתב יומי
יא אב תשע"ח
July 23 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא.
גמרא פארברענט אלע קליפות, אזוי אויך אז מען לערנט גמרא ווערט ליכטיג פארן מענטש און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט דורך לימוד גמרא.
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און זיך אויסגעגאסן פאר אים זיין הארץ אז ער פאלט אראפ אין עבירות און ער קען זיך נישט היטן די אויגן, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמז): "דו טו גוטס, און די שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק פאלן"; ווייל מיט יעדע נקודה טובה וואס א איד טוט, צי ער לערנט, צי ער טוט צדקה אדער חסד וכו' וכו', פאלט דורכדעם אוועק אלע עבירות, בפרט אז מען לערנט א דף גמרא קען מען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס טוט; עס פארברענט אלע קליפות וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות און עס בלייבט נישט קיין זכר דערפון.
א מענטש קען זיך נישט שלאגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע ברענגט אויף אים, נאר אז מען לערנט תורה קען מען זיך שלאגן מיטן יצר הרע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", מיין קינד, איך האב באשאפן דעם יצר הרע, אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה וואס איז א מעדעצין קעגן דעם יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנסטו תורה וועסטו נישט האבן צוטון מיט אים, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנסטו נישט די תורה וועסטו זיין אונטער אים רחמנא לצלן.
איך ווארט צו הערן פון דיר.