מכתב יומי

יב אב תשע"ח

July 24 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו קומסט קיין אומאן אויף ראש השנה; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן סימן ת"ג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


עס קאסט טאקע אסאך געלט די נסיעה צום רבי'ן, ווער רעדט נאך אז מען פארט מיט אלע קינדער דעמאלט קאסט עס זייער אסאך געלט, אבער מען דארף זיך מאכן א חשבון, חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מְהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב וְהוֹצָאַת בָּנָיו לְתַלְמוּד תּוֹרָה, שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", ראש השנה שרייבט מען אפ דעם בודשעט פונעם יאר; ביים רבי'ן קען מען אויסבעטן א גרעסערע פרנסה, און דער רבי צאלט צוריק די גאנצע שפעזן וואס עס קאסט צו קומען צו אים.


ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש און מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה"; און נאך מער ווי דאס וואס מען רעכנט אויס ליגט צווישן די ווערטער, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו): "ווען דער חזן זאגט "מִי... וּמִי..." איז מרומז אלעס וואס שטייט נישט אויסגערעכנט אינעם פיוט פון ונתנה תוקף"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, דארף מען מער פון דעם?! קוק נישט אויף קיינעם, שטארק דיר אויף אלע דיינע ספיקות ובלבולים, קויף שוין א טיקעט אז דו זאלסט קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


זע צו זאגן פרקים משניות - דאס וועט דיר אויסוואשן פון אלע דיינע עבירות; מוהרא"ש זאגט: "עס איז נישט דא נאך אזא זאך וואס וואשט אויס די נשמה אזוי ווי משניות".


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות וועגן דאס גרויסקייט פון רבינ'ס ראש השנה.


זיי געזונט.