מכתב יומי

יא אב תשפ"א

July 20 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ביי אונז גרייט מען זיך שוין צום נסיעה קיין אומאן, מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו ראש השנה. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


מיין נישט עס איז א גרינגע זאך דאס פארן קיין אומאן, עס איז שווער פאר יעדן איינעם; אבער אז מען הערט אזעלכע ווערטער פון רבי'ן - ווערן אלע שוועריקייטן אויס. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


די יאר איז אנדערש, מען קען פארן מוצאי שבת - ממש ערב ראש השנה אדער קען מען פארן פאר שבת; טו וואס עס איז דיר גרינגער. מאך דיינע פלענער און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זיין אין אומאן ראש השנה.


ברענג מיט אלע דיינע אינגלעך פון זיבן יאר און עלטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.