מכתב יומי
ו אב תשפ"א
July 15 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב אכטונג אויף דיינע אויגן, אלע פראבלעמען הייבן זיך אן אז מען היט נישט די אויגן. אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען נאכדעם אריין אין עבירות, נאכדעם ווערט די גאנצע לעבן איין שטיק פראבלעם; מען פארלירט די פרנסה, שלום בית, קינדער וכו' וכו'.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "הָאָדָם בִּשְׁבִיל תַּעֲנוּג קָטָן אֶחָד שֶׁל רֶבַע שָׁעָה הוּא יָכוֹל לְאַבֵּד וּלְהַפְסִיד כָּל הָעוֹלָם הַזֶּה עִם הָעוֹלָם הַבָּא. וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזֶה הַלָּשׁוֹן: אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּג'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא"; דאס זעט מען נעבעך, ווען א מענטש האט א נסיון און ער פאלט אראפ אין עבירות, ער טוט שמוץ - פארלירט ער נאכדעם זיין ווייב און קינדער און ער בלייבט אליין רחמנא לצלן.
לערן דעם בלאט גמרא; מען האט יעצט אנגעהויבן מסכת סוכה, כאפ זיך מיט. גמרא פארברענט דעם יצר הרע, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.