מכתב יומי
יא אייר תשפ"ו
April 28 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דעם פארגאנגעם שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב ליבערטי, די נייע געגנט פון שטעטל. עס איז געווען זייער א שיינער שבת, מיר האבן געדאווענט אינעם בית המדרש ליקוטי מוהר"ן, עס איז געווען זייער געשמאק. אויך זענען מיר זיך צאמגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה, מיר האבן געזינגען, און גערעדט דעם רבינ'ס ווערטער, עס איז געווען זייער א שיינעם שבת.
דער סוד פון הצלחה אין א שול - איז די ליבשפאט און די אחדות, עס איז נישט די שיינע בעלי תפילה, עס איז נישט ווער עס לערנט פאר, ווי א גרויסע בקי ער איז אין רבינ'ס ספרים, און אויך נישט די גוטע מזונות וואס מען געבט ביים קידוש; די איינציגסטע זאך איז די אחדות און ליבשאפט; דארט וואו מען האט זיך ליב - דארט איז די רבי, און אויך נאר אז מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים - דארט געפינט זיך דער רבי.
עס איז דא גוטע נייעס, מען האט אנגעהויבן לייגן די יסודות אין אומאן פארן נייעם בנין; ווי עס זעט אויס וועט דער בנין זיין גרייט פאר קומענדיגע יאר תשפ"ז הבא עלינו לטובה, דער אלטער בנין איז שוין אויסגעוואקסן, עס איז נישטא מער קיין פלאץ פאר אנשי שלומינו וואס קומען יעדע יאר מיט נאך און נאך קינדער, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער נייער בנין זיין אביסל מער באקוועם; דאס מיינט נישט אז עס וועט זיין גרינג צו קומען, קיין אומאן איז נישט גרינג, קומען צום רבי'ן באקומען דעם תיקון - איז נישט אזוי גרינג, יעדער גייט אריבער זיינע מניעות און שוועריקייטן.
באניי דיינע שיעורים אין רבינ'ס ספרים, דער רבי האט אונז איבערגעלאזט א ירושה: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות, און דער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.
וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן און ווערן א גרויסער צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.