מכתב יומי

יא כסלו תשפ"ה

December 12 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן מען זאל דיך נישט אוועק שלעפן פון הייליגן רבי'ן, מען דארף אסאך בעטן אויף דעם, דער סמ"ך מ"ם לאקערט אויף יעדן מקורב אים אוועק צו שלעפן פון צדיק; איינעם שלעפט ער אוועק מיט ליצנות, א צווייטן מיט חלישות הדעת; אזוי פרובירט מען מיט אלע וועגן אוועק צו שלעפן.


מען דארף רחמי שמים צו בלייבן ביים צדיק. מוהרא"ש דערציילט, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


אז מען רעדט צו דיר קעגן דעם צדיק זאלסטו טון וואס דער שני למלכות האט געטון, ער האט געוויינט זייער שטארק און געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן טרעפן די גאלדענע בארג מיט די פערלנעם שלאס. מוהרא"ש זאגט (נהרי אפרסמון), דאס איז די עצה ווען מען האט בלבולים און חלישות הדעת, מען זאל שרייען: "רבונו של עולם דא האב איך א צדיק וואס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס, זיך מוסר נפש געווען פאר מיר, פאר מיין שטוב, מיר אויסגעלערנט א וועג צו לעבן מיט דיר, זיין נאנט צו דיר, א וועג צו לערנען די הייליגע תורה, א וועג ווי צו לעבן מאן און ווייב בשלום, א צדיק וואס בלאזט אריין אין מיר א חיות, און דא בין איך אזוי צעמישט ווייל מען רעדט צו מיר ליצנות און איך האב חלישות הדעת וכו' וכו', אנא השם ראטעווע מיך איך זאל בלייבן ביים הייליגן רבי'ן מיין גאנץ לעבן".


קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. אז מען לערנט א בלאט גמרא ווערט מען ארום גענומען מיט די שכינה הקדושה, מוהרא"ש זאגט, גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל, מ'יכאל, ר'פאל און א'וריאל; ווען מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה (ספר החיים לאחי מהר"ל, ספר זכיות, פרק ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.