מכתב יומי
י כסלו תשפ"ה
December 11 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נישט די געלט מאכט פרייליך, און נישט דאס נישט האבן געלט מאכט בעצבות ומרה שחורה, עס איז די וועג ווי אזוי מען טראכט. אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), דער פרנסה פונעם תם איז געווען בצימצום, ער האט פארדינט גאר ווייניג, ער האט נישט געהאט קיין צייט צו עסן און נישט געהאט קיין געלט פאר מער ווי ברויט, וואסער און א פעלץ, אבער פון גרויס שמחה האט ער נישט געשפירט אז עפעס פעלט אים, ער האט געשפירט ווי ער האט אלעס.
אמאל האט מען זיך אפגערעדט צום רבי'ן אז עס איז נישטא קיין פרנסה וכו', האט דער הייליגער רבי זיי פארגעהאלטן (חיי מוהר"ן, סימן תקכח): "מַה לִּדְאֹג עַל פַּרְנָסָה", וואס איז דא צו זארגן אויף פרנסה? "הֲלֹא לֶחֶם עִם אִיגֶירְקֶיס הוּא מַאֲכָל טוֹב", ברויט מיט איגערקעס (קיוקאמבער) איז א גוטע עסן; אז מען דארף נישט לעבן א טייערע לעבן און קרעכצן טאג און נאכט אז עס פעלט געלט, מען קען לעבן א פרייליכע פשוט'ע לעבן.
קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת וישב ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, די גמרא וועט דיך ארויסנעמען פון אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי'"; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא - אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? זאגט מוהרא"ש, ווען איינער וויינט און קלאגט 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי, מיין לעבן איז מיר טונקל, כְּמֵתֵי עוֹלָם, מיין לעבן איז מיר טויט', קומען די הייליגע חכמים מען טרייסט אים, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי', עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן, דאס וועט דיר געבן לעבן.
איך האב זוכה געווען אמאל צו עסן שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, מוהרא"ש האט ביי די סעודה געגעבן פאר איינעם מוסר, עס איז געווען מוסר פון ליבשאפט, בבחינת וואס שלמה המלך זאגט (משלי כז, ה): "טוֹבָה תּוֹכַחַת מְגֻלָּה", עס איז גוט מוסר, אפילו מענטשן הערן, "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת", ווען עס קומט פון א באהאלטענע ליבשאפט; מוהרא"ש האט יענעם געזאגט: "ביסט אמאל געווען אויפן 'רכבת היכל הקודש', פארוואס ביסטו אראפ פון באן? דער באן פארט, און ווער עס איז אויפן באן איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אזויפיל תורה, קום צוריק ארויף אויפן באן".
דאס האט אים מוהרא"ש געזאגט נאכן יענעם פרעגן אויב ער האט געלערנט דעם בלאט גמרא פון יענעם טאג, יענער האט געענטפערט ניין, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "פארוואס ביסטו אראפ פון די באן היכל הקודש?"
טייערער ברודער, דער באן פארט און וועט זיך שוין נישט אפשטעלן ביז משיח וועט קומען, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "מיין פייערל וועט ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען"; שפרינג ארויף אויפן באן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.