מכתב יומי
יא ניסן תשפ"ה
April 09 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מארגן נאכט איז בדיקת חמץ, על פי הלכה ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון, אויך נישט לערנען, מען דארף בודק חמץ זיין. מען איז בודק חמץ די יאר אזוי ווי אלע יארן, מען מאכט די ברכה, און נאכן ענדיגן בודק חמץ זיין זאגט מען כל חמירא וכו'. פרייטאג אינדערפרי פירט מען זיך אזוי ווי אלע יארן ערב פסח, מען פארברענט די חמץ, מען לאזט נישט איבער קיין חמץ, נאר לחם משנה פאר די שבת'דיגע סעודות, מען דארף אכטונג געבן דאס צו לייגן אין אן אפגעהיטענע פלאץ.
מארגן איז תענית בכורים, אויב דו ביסט א בכור, אדער דו האסט א קינד אונטער די בר מצוה א בכור - דארף מען מארגן מסיים זיין, אדער הערן א סיום, אז נישט - דארף מען פאסטן.
פסח ביינאכט הויבן מיר אן די סדר מיט: "קדש, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל", שטייט פון צדיקים, אז פסח ביינאכט רופט מען 'די סדר נאכט', ווייל דאס איז א סדר פאר די גאנצע יאר, אפשר לומר, דער רבי לערנט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נד): "תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ", די ערשטע זאך אינדערפרי, "מִיָּד כְּשֶׁיִּפְתַּח אֶת עֵינָיו", גלייך ווען מען עפנט די אויגן, "קֹדֶם שֶׁיַּעֲשֶׂה שׁוּם דָּבָר", איידער מען הויבט אן עפעס טון, "יַזְכִּיר אֶת עַצְמוֹ תֵּכֶף בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", זאל מען טראכטן פון יענע וועלט; דאס איז די ווייסע קיטל וואס דערמאנט פון די תכריכים, דאס איז קדש, והבן למעשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט ענדיגן מיר מסכת סנהדרין און מארגן הויבן מיר אן מסכת מכות, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן מסכת מכות, דאס איז דיין הצלחה בזה ובבא, דאס וועט דיר ברענגען שפע און הצלחה, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז), עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, און איינער פון זיי האט געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, ער האט געטון א גרויסע עבירה, און נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הויבט אן מצליח זיין, און ער איז גאר געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפן אייבערשטן 'פארוואס איז יענער רייך, יענער איז דאך א בעל עבירה?'
איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייען א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גערודער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט, מען זאגט אים: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה, ווייל 'מעות' איז די ראשי תיבות ו'אין ע'בירה מ'כבה ת'ורה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.