מכתב יומי
יב ניסן תשפ"ה
April 10 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ב ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מען ווייסט נישט וואס צו טון מיט די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל. מוהרא"ש זאגט פשט, דער אריז"ל זאגט אז ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פרייט זיך מיט דעם, ער האט חיות פון דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ, דער וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן פון עבירות.
בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך פרייען מיט די מצוות, איך זאל מיך פרייען מיט די הייליגע מצות איך זאל מיך פרייען מיט שלא עשני גוי, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר, איך זאל געדענקען אז קיינער קען גארנישט מאכן, גארנישט טון - נאר דו אליין מאכסט אלעס".
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.