מכתב יומי

יא סיון תשע"ט

June 14 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


"אִלּוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם וּלְשׁוֹנֵנוּ רִנָּה כֲּהַמוֹן גַּלָּיו, וְשִׂפְתוֹתֵינוּ שֶׁבַח כְּמֶרְחֲבֵי רָקִיעַ וְעֵינֵינוּ מְאִירוֹת כַּשֶׁמֶשׁ וְכַיָּרֵחַ, וְיָדֵינוּ פְרוּשׂוֹת כְּנִשְׂרֵי שָׁמַיִם וְרַגְלֵינוּ קַלּוֹת כָּאַיָּלוֹת - אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְפָנֶיךָ" - אז איך האב זוכה געווען צו חתונה מאכן מיין עלצטע זון בשעה טובה ומוצלחת; מיין הארץ איז פול מיט לויב צום הייליגן באשעפער אויף די ניסים ביז אהער.


די נאכט פון די חתונה האט נישט געקאסט קיין געלט; אז מענטשן פרעגן דיר וועגן די חתונה נאכט זאלסטו זיי זאגן פארוועם עס קומט באמת דעם קרעדיט. דער קרעדיט פון די חתונה בחינם אין ישיבה קומט נישט פאר מיר, דאס איז נישט מיין בייפאל, דאס קומט פון אונזער גרויסער רבי מוהרא"ש זכר צדיק לברכה, וואס האט דאס איינגעפירט אין יבניאל וואו ער האט געבויט א זאל בחינם פאר אנשי שלומינו און איינגעפירט אז אלע משפחות זאלן קאכן און נעמען א טייל אין די סעודה אז עס זאל נישט קאסטן פאר די מחותנים קיין איין פרוטה. מוהרא"ש האט פארשטאנען בחורים און מיידלעך און ער האט אויף זיי רחמנות געהאט, וויבאלד ער האט געזען אז מען ווארט צו טון שידוכים און מען האלט אויף די קינדער ווייל עס קאסט געלט, האט ער געבויט דעם זאל אז עס זאל זיין בחינם כדאי אלע זאלן קענען חתונה האבן יונג.


דו האסט דאך מיט געהאלטן די שמחה אין ישיבה; איך וויל דיר פרעגן: "וואס האט געפעלט פאר די שמחה? וואס פעלט יעצט פאר חתן כלה? וואס פעלט פאר אלע חתנים און כלות וואס האבן דא חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת?" פארוואס זאלסטו עס נישט נאכמאכן ווען עס קאסט דיר גארנישט קיין געלט? די גאנצע חתונה נאכט פון אנהייב ביז'ן סוף איז גענצליך בחינם. אז דו האסט אפאר דאללער פארוואס זאלסטו עס נישט געבן ענדערש פאר די קאפל זיי זאלן קענען אנהייבן זייער לעבן?


איך האף צום אייבערשטן אז אלע תלמידי היכל הקודש וועלן דאס נאכמאכן; מען וועט נישט אויסגעבן קיין איבעריגע געלט און מען וועט חתונה מאכן די קינדער יונג און ריין.


א גוט שבת.