מכתב יומי
י סיון תשע"ט
June 13 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיינע גוטע מעשים. געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן ש): "אלעס וואס דו זעסט - איז למען הבחירה והנסיון"; דאס וואס דו גייסט אריבער יעצט וכו' איז ווייל מען וויל זען אויב דו וועסט זיך דערהאלטן, בלייבן ביי די אמונה און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן.
איך האב זייער הנאה געהאט אז דו האסט גענומען די מי זיך צו באטייליגן ביי מיין שמחה, ביי די חתונה פון בני הרב שלמה נרו יאיר. מען האט געשפירט ממש השראת השכינה ביי די חתונה, מיין זיידע הרב הגאון מקארלסבורג שליט"א האט מיר געזאגט אינמיטן די חתונה: "עפעס אן אנדערע סארט לופט שפירט מען דא, עס שפירט זיך א ריח קדושה"; איך בין זיכער אז אלע זיבן בעטלערס זענען געווען ביי די חתונה (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יג), איך האב זייער אסאך מתפלל געווען אז עס זאל זיין אמת'ע שמחה. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער אם ירצה ה' בקרוב.
איך בעט דיר זייער שטארק זאלסט נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה - שָׁם הַשָֹטָן", דארט וואו מען קריגט זיך, דארט איז דער ס"מ; און פון דארט זאלסטו אנטלויפן. אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז דאס איז א מצוה, זאג איך דיר און איך בעט דיר: "שטיי ווייט פון די סארט מצות"; דו זאלסט נאר זען ווי אזוי דו קענסט העלפן א צווייטן און געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. זאלסט חס ושלום קיינמאל נישט טראגן אדער ברענגען לשון הרע פון אייינעם אויפן צווייטן; איך האף אז דו וועסט מיר צוליב טון.
היינט נאכט וועט נישט פארקומען די וועכנטליכער שיעור צוליב די שבע ברכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, מאך איר פרייליך און רעד צו איר מיט דרך ארץ וועט זי זיין צופרידן. ווייל דאס איז וואס א פרוי וויל און דארף, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב וְתִפְלוּת מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי האט מער הנאה פון א גוט ווארט ווי פון טייערער צירונג וכו' וכו'.
העלף דיין ווייב אנגרייטן דעם שבת; ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר הייב שוין אן היינט דאנערשטאג צו מאכן די הכנות אויפצונעמען דעם הייליגן שבת. מען ווערט נישט ווייניגער ווען מען העלפט אין שטוב; פארקערט, אן ערליכער איד העלפט אין שטוב.
רעג זיך נישט אין שטוב; א שאד אז דאס לעבן זאל אריבער גיין מיט כעס און מחלוקת. מען האט אמאל געזען ווי רבי נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט צייט מיט א קינד, האט רבי נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א יונגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים"; איז דאך ממש א שאד זיך אויפצועסן איבער זאכן וואס מען וועט נישט מיט נעמען. אט גייט מען אוועק פון די וועלט און עס בלייבט גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל תורה, תפילה ומעשים טובים.
געדענק וואס מוהרא"ש זאגט: "חינוך הייבט זיך אן נאך פאר די קינדער ווערן געבוירן, חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס"; אז דער טאטע איז פארנומען מיט זיין "סאושל מידיע" טאג און נאכט - וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער? אז דער טאטע שרייט און שלאגט וכו' - וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער? אז דער טאטע פירט זיך נישט איידל, זיינע דיבורים זענען פראסט און זיין גאנצע התנהגות אין שטוב איז נישט מענטשליך - וואס קען מען שוין ערווארטן פון די קינדער?!
דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו זיין מיט בחורים איבער פופצן יאר און עס קומט מיר אויס אסאך צו שמועסן מיט זיי בכלליות ובפרטיות; איך רעד זייער אסאך צו די בחורים זיי זאלן דאווענען, לערנען און זיך פירן מיט יראת שמים, אבער אסאך מאל פארשטייען נישט די בחורים וואס איך וויל פון זיי, זיי זאגן מיר: "מיין טאטע דאוונט נישט, פארוואס זאל איך דאווענען?" אדער: "מיין טאטע קוקט מאוויס, פארוואס זאל איך נישט קוקן מאוויס?!" און עס איז זייער שווער מחנך צו זיין קינדער ווען די עלטערן האבן זיך אליינס נישט מחנך געווען וכו'.
גיי אנגעטון בצניעות אין שטוב וועסטו האבן צניעות'דיגע קינדער; איך וועל דיר געב דערויף א ביישפיל. אין קעמפ לייג איך שלאפן די בחורים, האב איך געזען צווישן די בחורים אזעלכע וואס שלאפן אן נאכט קליידער וכו'; ביי מיר איז דאס אן עקל און א גרויל, האב איך זיי געפרעגט: "וואס גייט פאר מיט ענק, ווי איז ענקער צניעות, ווי איז דאס נארמאלקייט? אפילו מען זאל שלאפן איינער אליינס אין א גאנצע הויז גייט מען אויך נישט ארום אן קיין קליידער!" האבן זיי מיר געענטפערט: "אונזערע עלטערן שלאפן אויך אן קליידער"; דארף איך זייער אסאך רעדן צו זיי פון פשוט'ע זאכן, אז עס איז נישט איידל און נישט מענטשליך אזוי ארום צו גיין, נאר מען דארף גיין אנגעטון אפילו מען איז אין די אייגענע שטוב, און עס נעמט אסאך צייט ביז מען קען דאס ביי זיי פועל'ן. זע איך פון דעם אז די שטערקסטע זאך פאר גוטע קינדער איז דאס התנהגות פון די עלטערן.
בעט איך דיר דו זאלסט זיך פירן בצניעות וועסטו האבן גרויס נחת פון דיינע קינדער.
א גוטע נאכט.