מכתב יומי
יא תשרי תשע"ט
September 20 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חסדי השם אז מיר האבן זוכה געווען צו ווערן גערייניגט דעם יום כיפור פון אלע אונזערע זינד; דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה איין טאג אין יאר וואס ער פארגעבט אלע זינד פון אלע אידן וואס האלטן יום כיפור און גלייבן דערין, מיט דעם אלעם דארפסטו וויסן אז אויב מען איז שולדיג געלט פאר א צווייטן און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג באקומט מען אויף דעם א גרויסער עונש.
מיר האבן נעכטן געבעטן דעם אייבערשטן ביי תפילת נעילה: "אַתָּה נוֹתֵן יָד לַפּוֹשְׁעִים, וִימִינְךָ פְשׁוּטָה לְקַבֵּל שָׁבִים, וַתְּלַמְּדֵנוּ ה' אֱלהֵינוּ לְהִתְוַדּוֹת לְפָנֶיךָ עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ, 'לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ' וּתְקַבְּלֵנוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה לְפָנֶיךָ כְּאִשִּׁים וּכְנִיחוֹחִים" וכו', נאכדעם האט מען נאכאמאל געבעטן: "וַתִּתֶּן לָנוּ ה' אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה אֶת יוֹם צוֹם הַכִּפֻּרִים הַזֶּה, קֵץ וּמְחִילָה וּסְלִיחָה עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ, 'לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ' וְנָשׁוּב אֵלֶיךָ לַעֲשׂוֹת חֻקֵּי רְצוֹנְךָ בְּלֵבָב שָׁלֵם"; עס איז נישט פארהאן נאך תפילות וואס מען בעט צוויי מאל ביי נעילה, זעט מען פון דעם די הארבקייט פון צו זיין שולדיג פאר א צווייטן געלט.
מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין: "רענט קומט פאר אלעס", נישט דא אזא זאך מען זאל נישט צאלן רענט; רענט קומט פאר עסן, רענט קומט פאר קליידער, אלעס קען מען זיך שאפן, אבער אז דו וועסט נישט צאלן קיין רענט וועסטו נישט האבן קיין דירה.
איך בעט דיר זייער זאלסט זען צו צאלן רענט צייטליך און אכטונג געבן אויפן רבינ'ס נאמען; אז דו וועסט זיך פירן ערליך בין אדם לחבריו וועלן אלע זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר געפונען זיך אין היכל הקודש קודש הקדשים; מען דארף וויסן אז מען טראגט א גרויסע אחריות ווייל מען קוקט אונז נאך מיט טויזענט אויגן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; מענטשן קוקן נאך א ברסלב'ער חסיד זייער שטארק, יעדע ריר וואס דו טוסט גייט אויפן רבינ'ס נאמען; אז דו צאלסט רענט צייטליך און דו גנב'סט נישט פון מענטשן קיין געלט, מאכט דאס א קידוש השם אויפן הייליגן רבי'ן און אויף מוהרא"ש, און אז נישט מאכט דאס א שלעכטע נאמען אויפן רבי'ן.
אסאך מאל קומט אויס אז מען האלט מיר פאר: "היתכן דיין תלמיד צאלט נישט קיין רענט?" אדער מען האלט מיר פאר: "דו האסט ביי דיר א מתפלל וואס איז מיר שולדיג געלט; ער האט געבארגט געלט, דער זמן הפרעון איז שוין אריבער און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, ער צאלט נישט". (איך וויל יענעם פרעגן: "וועם זאל איך רופן זאגן אז דער וואס איז דיר שולדיג רענט איז מיר אויך שולדיג וכו'? וועם קען איך פארהאלטן אז דער וואס איז דיר שולדיג א חוב, צאלט מיר אויך נישט קיין שכר לימוד וכו' און צאלט מיר נישט פאר אנדערע זאכן?") זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין חילול השם.
ערב ראש השנה אין אומאן נאכן פארלענען די גמרא שיעור האב איך זייער שטארק מעורר געווען אלע תלמידים - די אלע וואס האבן נישט קיין אייגענע דירות לעת עתה – אז זיי זאלן צאלן רענט צייטליך, עס איז כדאי דו זאלסט אויסהערן דעם שיעור; אז מען צאלט נישט קיין רענט איז מען א פשוט'ער גנב, עס העלפט נישט אויף דעם קיין תיקונים מיט קיין עבודות וכו' וכו', ווייל אז מען איז שולדיג געלט פאר א צווייטן און מען צאלט נישט איז מען א רשע, אזוי זאגט דוד המלך (תהילים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע בלייבט שולדיג פאר א צווייטן.
מענטשן מיינען אז די וועלט איז הפקר, מען געדענקט נישט וואס דער הייליגער תנא זאגט (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ צָרִיךְ לִטֹּל וְנוֹטֵל, אֵינוֹ נִפְטָר מִן הָעוֹלָם, עַד שֶׁיִּצְטָרֵךְ לַבְּרִיּוֹת וְכוּ', וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם, אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה, עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאַחַד מֵהֶם", אויב מען קומט יענעם געלט און מען צאלט נישט וועט מען נישט אוועק גיין פון דער וועלט ווי לאנג מען וועט אליינס ווערן א נצרך לבריות רחמנא לצלן; ווי אזוי ציטערט נישט א מענטש פון דעם?!
דער הייליגער רבי האט אונז אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא) מיר זאלן נישט לעבן ווי א הפקר יונג, "כִּי יְכוֹלִים לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בְּלִי הֶפְקֵרוּת", מען קען זיין אן ערליכער איד אן קיין הפקירות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה:): "בִּשְׁלֹשָׁה דְּבָרִים אָדָם נִיכָּר בְּכוֹסוֹ וּבְכִּיסוֹ וּבְכַּעֲסוֹ", מען קען דערקענען א מענטש צי ער איז ערליך דורך דריי זאכן, איינע פון די זאכן איז ווי ערליך ער איז ביים האנדלען מיט מענטשן; אסאך מאל קען מען זען מענטשן וואס זעען אויס זייער גוט אין בית המדרש, דארף מען אבער וויסן אז דארט קען מען נאך נישט זען דעם אמת, ווען מען זעט ווי אזוי ער פירט זיך אויף בדיני ממונות, ער געבט אכטונג אויף יענעמ'ס געלט וכו', דעמאלט איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.
דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו זיין שולדיג קיין איין פרוטה פאר א צווייטן; בפרט יעצט ווען מיר שטייען ממחרת יום הכיפורים אין טעג פון תשובה דארף מען קודם פאררעכטן און באצאלן וואס מען קומט פאר א צווייטן, בפרט פארן לענדלארד וכו'.
דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב; געב אכטונג אז דו זאלסט נישט אריין אינעם כלל פון (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם"; עס טוט מיר וויי צו הערן אז עס געפונען זיך ביי מיר תלמידים וואס זענען שולדיג רענט און מאכן זיך נישט וויסענדיג, און אזוי אויך חובות וכו'.
איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און דו וועסט יעצט אנרופן דיין לענדלארד, אים איבער בעטן און מאכן מיט אים א פלאן ווי אזוי צו באצאלן; אזוי אויך די אלע מענטשן פארוועם דו ביסט שולדיג געלט.
דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון צורירן צו יענעמס געלט.