מכתב יומי
ט תשרי תשע"ט
September 18 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת האזינו, ט' תשרי, ערב יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט איז נישט קיין צייט צו שרייבן לאנגע בריוון, דעריבער וועל איך דיר שרייבן בלויז געציילטע ווערטער.
מיר שטייען יעצט ביים שוועל פונעם הייליגסטן טאג פון יאר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ג, ח) אויפן פסוק (בראשית א, ה): וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר יוֹם אֶחָד, "שֶׁנָּתַן לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹם אֶחָד, וְאֵיזֶה זֶה, יוֹם הַכִּפּוּרִים", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די אידן איין טאג אינעם יאר - יום כיפור, וואס דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. א גאנץ יאר איז מען פארשווארצט פון עבירות אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, ה) "שְׁחוֹרָה אֲנִי", אבער "וְנָאוָה" - בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים, יום כיפור ווערט מען ריין (מדרש שיר השירים רבה א, לו).
זאג דיין ווייב זי זאל זיך נישט איבער שטרענגען; אויב זי האט נישט קיין כח צו קומען אין שול זאל זי בלייבן אין שטוב, זי זאל שלאפן וכו' כדי זי זאל האבן כח צו פאסטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.