מכתב יומי
יב אלול תשע"ח
August 23 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט ווען מיר שטייען אין חודש אלול איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו האבן א גוטע שלום בית, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין חתונה געהאט, אויב איז ער פוגם בברית - ער היט זיך נישט זיינע אויגן און ער קוקט עבירות, וואס דאס ברענגט צו פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים, וואס ער וויל וועט זי דווקא זאגן פארקערט וכו'.
זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל אָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", אין חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן א שידוך, "וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", און זי וועט נישט זיין קיין כנגדו, נאר זי וועט מיט גיין מיטן מאן.
זעט מען פון דעם אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; אויב מען טוט תשובה, מען פאררעכט אלע שלעכטע מעשים איז מען זוכה צו האבן שלום בית.
איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן, בעיקר א דף גמרא וואס דאס איז די גאנצע הצלחה פונעם טאג.
זיי געזונט און שטארק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.