מכתב יומי
טו אלול תשע"ח
August 26 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' לסדר "כי תבא לאומאן", ט"ו אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
חסדי השם יתברך אז מיר האבן געהאט זייער א שיינעם זומער; א גאנץ יאר ווארט איך אויף די צען זומער וואכן. דער קעמפ איז אזוי ווי א ריהעב, א פלאץ וואו מען היילט זיך אויס, א פלאץ וואו מען אטעמט אמונה; וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען שמועסן פון אמונה, תפילה, שמחה וכו' וכו'.
געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע משפחות וואס זענען געווען דא צוזאמען דעם זומער אין קעמפ "מחנה היכל הקודש ברסלב" האבן זיך אויפגעפירט זייער איידל און שיין, מען האט זיך געהאלפן איינעם דעם צווייטן, זיך ליב געהאט און געקוקט גוט איינער אויפן צווייטן.
וויסן זאלסטו אז ביים רבי'ן איז א גרויסער יסוד תמימות ופשיטות; ווי מער תמימות מען האט אלץ מער איז מען זוכה צו מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן. דערפאר זעט מען אז די ספרד'ישע אידן כאפן זיך זייער צו צום הייליגן רבי'ן, ווייל ביי זיי איז די אמונה זייער שטארק, דערפאר וואס זיי זענען זייער גרויסע תמימים.
מארגן וועט נישט זיין קיין שיעור ווייל עס קומט פאר א חתונה אין ישיבה; געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין ביי די דריטע חתונה אין ישיבה, דריי חתנים תלמידי הישיבה וואס זענען קלוגע חתנים, זיי דארפן נישט קיין טייערע שמחות, זיי ווילן פשוט'ע שמחות עס זאל נישט קאסטן פאר די עלטערן קיין געלט.
איך וועל מיר זייער פרייען דיר צו זען ביי די חתונה, ווייל אינו דומה שמועה לראיה; א זאך וואס מען זעט מיט די אויגן ווערט פארווירקליכט ביים מענטש אין קאפ, אזוי וועט דיר אויך אריין גיין אין קאפ אז עס איז א שאד אויס צו געבן פאר אפאר שעה טויזנטער דאללער, ווען מען קען דאס אלעס איינשפארן.
א חתונה אין ישיבה איז מיר א פערזענליכע שמחה; איך האף אז אלע תלמידים פון ישיבה וועלן אזוי גיין צו זייער חתונה - פשוט'ערהייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.