מכתב יומי

יב טבת תשפ"ד

December 24 2023

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בוי אויף דיין ווייב, געב איר גוטע ווערטער, טו איר נישט וויי. עס קען אויסזען אז אריינזאגן און פארהאלטן העלפט; אפשר העלפט עס אויף די מינוט, אבער עס איז נישט די ריכטיגע וועג, עס קען זיך אנזאמלען ווייטאג און שפעטער פלאצט עס אויס.


רעד מיט דרך ארץ אין שטוב, און אז דיין ווייב טוט דיר וויי, זי רעדט צו דיר שטעכעדיג - זאלסטו חס ושלום צוריק שטעכן, זאלסט רחמנות האבן אויף איר, זאלסט איר זאגן שיינע ווארעמע ווערטער. רעד צו איר אזוי ווי אן ערליכער איד רעדט צו די ווייב, אזוי ווי א ברסלב'ער חסיד רעדט.


אז דו ווילסט מיר העלפן, דו ווילסט מיר ווייזן הכרת הטוב - זאלסטו אהיימגיין העלפן מיט די קינדער, און רעד שיין צו יעדן איינעם, און ווען דו שפירסט ווי דו גייסט פלאצן, דו שפירסט ווי דו קענסט מער נישט - זאלסטו אויפהייבן דיינע אויגן צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר נאך אביסל כח".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.