מכתב יומי
יב ניסן תשפ"ג
April 03 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין געפארן אין שטעטל זיין יום טוב פסח מיט אנשי שלומינו. איך בין זיך מחי' צו זיין אין שטעטל, א לעבן וואו אלע לעבן מיטן רבי'ן, אלעס דריידט זיך ארום דעם רבי'ן.
פארגעס נישט ווען דו רייניגסט אויס די חמץ אויך אויסצורייניגן די שלעכטע מידות; קנאה, שנאה, תחרות, כבוד, נצחון און מחלוקות, ליצנות און לשון הרע. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אויסרייניגן מיינע שלעכטע מידות, איך זאל זיין אויסגערייניגט פון אלעם שלעכטס".
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז עס איז דיר שווער און ביטער - זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויפן רבי'ן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, בדרך כלל ווען עס גייט אריבער שווערע טעג און מען האט קשיות און ספיקות - זענען די הייליגע צדיקים די ערשטע אויף וועם מען הויבט אן האבן קשיות, און זיי ווערן די כפרה...
דעריבער זעט מען אז נישט אלע האבן די זכי' צו בלייבן ביים הייליגן רבי'ן; מען קילט זיך אפ, מען האט שאלות, בלבולים וכו', און אז מען דערהאלט זיך יא - איז דאס א גרויסער חידוש; אזוי ווי די מעשה גייט, רבי נתן האט געזען איינעם פון אנשי שלומינו מיט א ווייסע בארד, איז ער געווארן זייער איבערראשט און געזאגט: "א ווייסע בארד און א ברסלב'ער חסיד?!"
מארגן פארנאכטס וועלן מיר שעפן מים שלנו פאר די ערב פסח מצות ביי אונזער בעקעריי אין שטעטל.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.