מכתב יומי
יג ניסן תשפ"ג
April 04 2023
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז בדיקת חמץ. רבי נתן האט געזאגט: "ביים בודק חמץ זיין שפירט מען שוין א שטיק פונעם יום טוב פסח", בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו שפירן די הייליגקייט פון פסח, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל אויסרוימען די חמץ פון מיין מח, איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף דיר, איך זאל נישט האבן קיין שום עצבות ומרה שחורה, נאר זיין פרייליך".
דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט, ווען מען טוט א מצוה פרייליך באקומט מען שכר אויף די וועלט; ווייל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אויף די וועלט באקומט מען נישט באצאלט אויף די מצוות וואס מען טוט, אויבן אויף יענע וועלט באצאלט מען אויף די מצוות; דאס איז ווען מען טוט די מצוות ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אבער אז מען טוט א מצוה בשמחה, מען פריידט זיך מיט די מצוה, מיט דעם ווייזט מען אז מען טוט דאס נישט געצווינגען, מען טוט דאס מיט ליבשאפט; דעמאלט באקומט מען באצאלט אויף די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז בדיקת חמץ. ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון; נישט ארבעטן, נישט לערנען און נישט עסן קיין סעודות, מען דארף בודק חמץ זיין.
נעם דיינע קינדער זיי זאלן דיר העלפן ביי בדיקת חמץ, עס איז וויכטיג פאר די חינוך זיי זאלן זען ווי מען מאכט די מצוות. איך נעם אלע קינדער ביי בדיקת חמץ, יעדער זאל עפעס העלפן; איינער האלט די לעפל, איינער די פעדער, איינער די זעקל וואו מען לייגט אריין די ברעקלעך וואס מען טרעפט, איינער שלעפט מיט וואו איך גיי א קליין בענקל אויף וואס זיך אויפצושטעלן, איינער איז געשטעלט צו ציילן וויפיל ברעקלעך מען האט שוין געטראפן און וויפיל עס פעלט. ברוך השם מיר האבן א שטוב מיט אינגלעך דארף איך זוכן וואס צו געבן פאר יעדן איינעם, אלע זאלן העלפן מיט די מצוות.
נעכטן האב איך פארקויפט די חמץ ביים דיין שליט"א. איך געב זיך א כאפ וויפיל בנינים איך דארף פארקויפן, ווי די קהלה האט זיך צואוואקסן אין די צוויי יאר... איך האב פארקויפט חמץ פון זיבן בנינים וואס באלאנגט פאר די קהילה; די מיידל סקול, די חדר, מחנה אילן החיים, מחנה בית פיגא, דער בנין פון די קיאסק, די בית המדרש אויף האשקי און דער בנין אין אומאן, דאס איז ממש וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים עפענען די ישיבה; מוהרא"ש זאגט מיר: "יעצט ביסטו צעבראכן? עס ווארט נאך שיינע זאכן".
אויך ביים בויען דעם בנין הישיבה אין וויליאמסבורג אויף סקילמאן האב איך נישט געהאט קיין פרוטה צו באצאלן שבתי מזרחי, מיר האבן געהאט שווערע נסיונות. איך האב אים געבעטן, לאמיר גיין צו מוהרא"ש. איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש, דער אינגערמאן וואס בויט די ישיבה וויל איבערלאזן די ארבעט אינמיטן בויען, האט מוהרא"ש געזאגט פאר שבתי: "אויב דו וועסט בלייבן בויען די ישיבה - ווארט דיר שיינע זאכן", און יעצט זעט מען שוין אביסל פון די שיינע זאכן.
כאפ ארויס אין די פארנומענע צייט א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
---
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים, פיר זיך מיט דרך ארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה. ווייל דו טראגסט דעם רבינ'ס נאמען, אלע קוקן אויף דיר און זאגן 'קוק ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, קוק ווי שיין זייער לעבן איז', און חס ושלום אז מען איז אן עזות פנים, מען פירט זיך מיט חוצפה צו אנדערע און עלטערע - ווערט דער הייליגער רבי פארשעמט.
מוהרא"ש פלעגט יעדן ערב פסח מאכן א סיום אויף מסכת תמיד. עס איז א קליינע שיינע גרינגע מסכתא, עס נעמט נישט לאנג דאס דורך צו לערנען. איך פיר זיך אויך אזוי, ערב פסח אינדערפרי לערן איך די מסכתא און איך בין דאס מסיים.
איך האב זוכה געווען צו זיין איין מאל ערב פסח ביי מוהרא"ש, שנת תשס"ט, דעמאלט זענען מיר געפארן מיט מוהרא"ש צום אטלאנטיק אושען מאכן די ברכה אינדערפרי ביים נץ החמה און נאכדעם זענען מיר געפארן דאווענען שחרית ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, האב איך געזען נאכן דאווענען ווי מוהרא"ש לערנט מסכת תמיד און איז דאס מסיים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.