מכתב יומי

יב שבט תשפ"ו

January 30 2026

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בשלח, שבת שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, זיי זיך מחיה מיט די פרשה פון די וואך, געב א קוק ווי דער אייבערשטער העלפט; מען שטייט פאר א גרויסן ים, מען קען נישט טראכטן פון וואו די ישועה וועט קומען, און מיט תפילה און מיט אמונה שפאלט זיך דער וואסער און מען גייט אריבער די צרות; אזוי אויך איז ביי יעדן איינעם - אז מען בעט דעם אייבערשטן און מען האט אמונה.


רעד צו דיינע קינדער פון אמונת חכמים, דערצייל זיי ווי אזוי די אידן זענען ארויס פון מצרים, ווייל זיי האבן געגלייבט אין משה רבינו, און חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ, בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים; ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו 'וַיַּאֲמִינוּ בַּה''.


קומענדיגע וואך מיטוואך וועט זיין די יארצייט פון מוהרא"ש, מיר מאכן א סעודה אין מאנסי דינסטאג אווענט, אינאיינעם מיט א קאמפיין צו מקיים זיין די צוואה פון מוהרא"ש, פון העלפן דרוקן זיינע ספרים און קונטרסים; איך ליידן דיך פערזענליך, איך האף דו וועסט קומען.


א פרייליכן שבת!