מכתב יומי
יד שבט תשפ"ו
February 01 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט איז חמשה עשר בשבט; זאלסטו זיצן מיט דיינע קינדער און מאכן א פירות סעודה און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיר דיר.
שפיל מיט דיינע קינדער די "דאנקען שפיל", (יעדער זאגט א זאך אויף וואס ער דאנקט דעם אייבערשטן, מען גייט אין א רייע, למשל דער ערשטער קינד זאגט הויך: "שכוח אייבערשטער פאר אזא גוטע טאטע וואס מיר האבן", זאגט דער ברודער: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן א ווארעמע שטוב, מיר ווערן נישט פארפרוירן", זאגט די שוועסטער: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן עסן", אזוי גייט די שפיל ארום און ארום, און אויב איינער בלייבט שטיל פאלט ער ארויס פון די שפיל ביז די קומענדיגע מאל וכו'); מיט קינדער דארף מען מאכן אלע סארט חכמה'לעך ווי אזוי עס זאל זיי זיין אינטערעסאנט די עבודת השם.
ליבער ברודער, היינט נאכט – חמשה עשר בשבט – באנייען זיך אלע טרוקענע ביימער, אלע קאלטע ביימער, פארפרוירענע ביימער הייבן אן פון פריש צו לעבן, דארפן מיר זיך אויך באנייען; אפילו די הארץ שלאפט שוין אזא לאנגע צייט דארפן מיר זיך מחדש זיין.
אויך איז היינט נאכט די יום הולדת פון מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו, און מיטוואך – י"ז שבט – איז די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דינסטאג נאכט וועלן אלע אנשי שלומינו מאכן סעודות, פראווען די יארצייט; אין אמעריקע וועלן מיר פראווען אינאיינעם אין מאנסי באולם וועלי טערעס, זאלסט קומען, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די ליכטיגע עצות וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן אין די יעצטיגע טעג.
די וואך האבן מיר די פרשה פון קבלת התורה, איז פאסיג דו זאלסט פון פריש מקבל זיין די תורה, לערנען מקרא, משנה, גמרא, און זאגן תהילים. תורה איז מזכך ומטהר, תורה איז מתקן אלעס, און אפילו דו האסט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן באונס, בשוגג, אדער גאר חס ושלום במזיד, אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך מתודה זיין און דו וועסט לערנען די הייליגע תורה, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.
מוהרא"ש זאגט, חמשה עשר בשבט איז א גוטע צייט צו בעטן פאר א שיינע כשר'ע אתרוג, פאר די ד' מינים, פאר מצות פאר פסח; זאלסטו ביי די סעודה בעטן דעם אייבערשטן אויף די אלע זאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.