מכתב יומי

יב תשרי תשפ"ז

September 23 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען עס קומט די הייליגע יום טוב סוכות דארף מען זיך זייער פרייען אז מיר זענען זוכה צו מקיים זיין די הייליגע מצוות פון סוכה און פון שאקלען די ד' מינים, און ווען מען זיצט אין די הייליגע סוכה דארף מען געדענקען אז מען איז ארום גענומען פון אלע זייטן מיטן אייבערשטן, מען זיצט אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, בצל האמונה.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, נעם אריין אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס וואס דו זעסט איז אלקות, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס, אלעס איז אזוי ווי א קלייד וואס דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט, אבער אלעס איז נאר ער, און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, אלעס איז פונעם אייבערשטן מיט א פינקטליכער חשבון, ווייל די מצוה פון סוכה איז מסוגל אויף אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (ויקרא כג, מב-מג): "בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים ... לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם", אז מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ארויסגענומען אידישע קינדער פון מצרים; אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער איז אלעס, ער טוט אלעס, און אויך אלעס וואס גייט אריבער מיט דיר פערזענליך, יעדע זאך פון דיר און פון דיין משפחה - אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון און אלעס איז נאר פאר דיין טובה.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים ווי אזוי ער וויל - איז דאך גוט, און אפילו ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס איז נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה, איז אים דאס לעבן נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל אז ער האט נישט קיין אמונה האט ער גארנישט, ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס.


ווען דו ביסט אין די סוכה זאלסטו זיך אויס'משל'ן ווי דו ביסט יעצט פריוואט, דו מיטן אייבערשטן אליינס, דו האסט יעצט די מעגליכקייט צו רעדן פריוואט; זאלסט זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אויף דיין שפראך, אין די שפראך וואס דו ביסט באקוועם צו רעדן. בעט דעם אייבערשטן פאר א שטארקע אמונה, בעט דעם אייבערשטן די פאר ווערטער וואס מען בעט אין די תפילה ביים אריינגיין אין די סוכה: "וְתִתֶּן לִי זְכוּת לָשֶׁבֶת וְלַחֲסוֹת בְּסֵתֶר צֵל כְּנָפֶךָ, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין מיין גאנצע לעבן צו געדענקען פון דיר, איך זאל אלץ שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ווי איך זיץ אונטער דיין שאטן, אזוי וועל איך נישט נאכלויפן קיין מענטשן, איך וועל נישט חנפה'נען קיינעם, איך וועל נישט מורא האבן פון קיינעם, איך וועל וויסן אז קיינער קען מיר נישט העלפן און קיינער קען מיך נישט שעדיגן, אלעס איז פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.