מכתב יומי

יג אייר תשפ"ה

May 11 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו טראכסט ביסט שוין פארפאלן? דו זאגסט וואס וועט זיין פון מיר? איך בין סיי ווי דערנאך; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס ווענדט זיך אין דיר, נאר אין דיר; אויב דו וועסט נישט אויפגעבן, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך - ביז מען וועט רחמנות האבן דיר פון הימל, דו וועסט טענה'ן 'למה נגרע?' וועסטו זוכה זיין צו באקומען א פסח שני, ווי מען רופט עס אין אמעריקע 'נאך א טשענס'.


איך שרייב דיר דאס ווייל היינט נאכט איז פסח שני, דארף די מצוה פון פסח שני דיך לערנען וואס דו האסט צו טון ווען מען ווערט טמא, די מצוה האט מען באקומען נאכדעם וואס די אידן וואס זענען טמא געווארן, זיי האבן נישט געקענט מקיים זיין די הייליגע מצוה פון קרבן פסח - זענען געקומען צו משה רבינו מיט א טענה (במדבר ט, ז): "'לָמָּה נִגָּרַע', וואס זענען מיר אנדערש? איך בין טמא, איך טאר נישט מאכן דעם קרבן פסח, פארוואס? איך וויל אבער אויך מאכן די הייליגע מצוה!" משה רבינו האט געזען די רצון, די ווילן פון אט די אידן, האט ער זיי געזאגט: "איך גיי פרעגן דעם אייבערשטן", ער האט פארשטאנען אז דא גייט עפעס זיין, ווייל ווען מענטשן ווילן זיין גוט, זיי בעטן זיך: "למה נגרע" העלפט דער אייבערשטער. די הייליגע חכמים זאגן דאך (שבת קד.): "הבא לטהר", ווען מען וויל זיין גוט, "מסייעים אותו", העלפט מען פון הימל; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו זאל זיי געבן נאך א געלעגנהייט צו מאכן יעצט דעם פסח.


שריי: "אייבערשטער למה נגרע, וואס בין איך אנדערש? למה נגרע איך וויל אויך זיין א צדיק, למה נגרע אז איך האלט אין איין פאלן", שריי און שריי און שריי, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת", אזוי וועסטו זוכה זיין, מען וועט דיר געבן נאך א געלעגנהייט אנצוהויבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש בין איך אריבער אסאך התנגדות, מען האט גערעדט צו מיר זייער אסאך לשון הרע, דער עיקר וואס האט מיך געהאלטן איז געווען די שכל פון וואס מוהרא"ש האט גערעדט, פון זיך מאכן שטענדיג א חשבון 'וואס האב איך אין מיין האנט? וואס באקום איך פון די פלאץ?'


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט צו אונז מען זאל קוקן 'מה שביד'. מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך זאגן די ווארט 'מה שביד בטוח', וואס איז אין האנט - איז זיכער, און דאס האט מיך דערהאלטן, און יעדע מאל מען האט גערעדט צו מיר, מען האט חוזק געמאכט פון היכל הקודש, מען האט געשפעט פון מוהרא"ש - בין איך געגאנגען אין די זייט און געזאגט: "הייליגער באשעפער איך ווייס נישט, דא מאכט מען א געשפעט, דא זאגט מען נאך פון דעם און פון יענעם קעגן די פלאץ, און פון די אנדערע זייט דאס וואס איך טו יעצט, אז איך רעד און שמועס מיט דיר, ווער האט מיר דאס געלערנט? דאס וואס איך שטארק זיך צו גיין דאווענען מיט מנין, דאס וואס איך שטארק זיך צו רעדן שיין אין שטוב וכו' וכו' - דאס האט מיר דער צדיק געגעבן, און פון די אנדערע זייט מאכט מען פון מיר ליצנות, מען זאגט מיר ער איז נישט קיין צדיק"; איך פלעג אזוי סאך וויינען אויף די איין זאך, איך זאל וויסן וואס צו טון, איך זאל זיך נישט נארן, איך זאל זוכה זיין צו גיין בדרך האמת, און נאר אזוי קען מען וויסן וואס מען האט צו טון, נאר דורך זיך אויסרעדן און אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און אים בעטן (תהילים כה, ה): "הַדְרִיכֵנִי בַאֲמִתֶּךָ וְלַמְּדֵנִי", הייליגער באשעפער פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, לערן מיך וואס איז ריכטיג, "הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ" (שם פו, יא), איך וויל די אמת'ע וועג, די אמת'ע צדיק זאל מיך מתקן זיין, זאל מיך ליכטיג מאכן, זאל מיך לערנען וואס צו טון.


פון איין זייט איז די טעג פון אנהויב התקרבות געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט ווי מען איז ארויס פון גלות, ארויס פון מצרים, ארויס פון די טומאה, און פון די אנדערע זייט זענען געווען די פלשתים און גערעדט 'וואס דארפסטו זוכן נייע וועגן? וואס גייסטו אוועק פון די מסורה? וואס פארשעמסטו די משפחה?' איך בין געווארן אזוי צעריסן, בין איך געלאפן טון וואס דער שני למלכות האט געטון ווען מען האט אים אלץ אפגערעדט און אוועק געמאכט אז מען האט אים א נארישקייט איינגערעדט, ווי דער רבי דערציילט אין די ערשטע מעשה אין סיפורי מעשיות, ווי דער שני למלכות האט געוויינט און געזאגט: "איך ווייס עס איז בודאי יא דא", און אזוי האט ער זוכה געווען צו טרעפן די גאלדענע בארג און דעם פערלנעם שלאס.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.