מכתב יומי
יד אייר תשפ"ה
May 12 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ. פרעג דיינע קינדער יעדן טאג וואס איז געווען אין כיתה, און ווען זיי דערציילן דיר אז קינדער זענען נישט דרך ארץ'דיג זאלסטו זאגן זייער שטרענג זיי זאלן זיין דרך ארץ'דיג. איך זאג מיינע קינדער: "איין זאך וועל איך מוזן שטראפן, אויב איך הער פון חדר אדער סקול אז ענק זענען נישט דרך ארץ'דיג", און אויך אין שול און צווישן משפחה זאלסטו פארלאנגען דרך ארץ, און זיי נאכקוקן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סה): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג.
מיר זעען אין חדר און אין בית פיגא אויף די קינדער אויב די עלטערן פארלאנגען דרך ארץ, אויך ביי די בחורים זעען מיר דאס; ווייל קינדער וואס די עלטערן לערנען זיי דרך ארץ - די זענען דרך ארץ'דיג אין חדר, אין סקול, אין ישיבה.
היינט איז א גוטע טאג אנצוהויבן מחנך זיין די קינדער, פסח שני לערנט אונז אז מען טאר נישט אויפגעבן; אפילו די תורה זאגט קלאר אז דו קענסט נישט - קען מען מיט תפילה, מיט עזות דקדושה - יא אנקומען אין בית המקדש מקריב זיין די קרבן פסח; זאלסטו היינט פון פריש טון פאר דיינע קינדער.
ברענג נישט אהיים די טעלעפאן, ברענג נישט אריין אין שטוב קיין טעבלעט וכדומה. ביסט טאקע זייער א קלוגער אינגערמאן, אבער דאך האבן מיר צדיקים וואס זענען קלוגער, זיי זאגן אז דאס לייגט צוגרינד א שטוב, אז דו וועסט מיך אויסהערן - וועסטו נישט דערלייגן.
איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי צו מקומות הקדושים מתפלל זיין פאר דיר און דיין משפחה. אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, איך וויל אויך עפעס בעטן, איך וויל דיר בעטן זאלסט האלטן דיין שטוב ריין און ערליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.