מכתב יומי
יג חשון תשע"ט
October 22 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טייערער ליבער..., זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג. אפילו דו פארשטייסט נישט קיין לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דער רבי האט אונז געגעבן א זיסן 'סדר דרך הלימוד' (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו א מענטש פארשטייט נישט וואס ער לערנט זאל ער זאגן די ווערטער; דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.
מוהרא"ש זאגט: "כל זמן א איד בלעטערט דפים גמרא, וועט ער בלייבן א איד"; איך ווייס גאנץ גוט וואס דו גייסט אריבער אין די טעג, דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט וכו' וכו', דאך וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט אריין כאפן א דף גמרא. אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְּמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִקָּר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; דער רבי וויל פון אונז נאר תורה, תפילה ויראת שמים.
אן תורה איז מען ארעם, אן תורה האט מען גארנישט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארעמאן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית דער איז אן ארימאן. ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם. אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט קיין הייזער, דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים, דערפאר בעט איך דיר זייער אחי היקר..., זע אריינצוכאפן אביסל תורה יעדן טאג.
יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים ביסטו מיר ממש מחי'; דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין אין ישיבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.