מכתב יומי
יד חשון תשע"ט
October 23 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו טייערער..., אז יעדע מענטש קען מען אויסהיילן פון זיינע פראבלעמען - אויסער דער וואס איז פול מיט ליצנות.
רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד חָכָם אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", ווער עס איז מבזה א תלמיד חכם האט נישט קיין רפואה פאר זיין מכה; פשוט פשט מיינט דאס אז ער וועט באקומען א שטראף און ער וועט נישט האבן קיין רפואה אויף דעם שטראף. אבער עס איז נאך מער פון דעם; ווען א מענטש זינדיגט האט ער נאך א תקנה, ער גייט צום צדיק און דער צדיק לערנט אים א וועג ווי אזוי ער קען ארויס קריכן פון זיין בלאטע. אבער אז דער מענטש מאכט ליצנות פונעם ערליכן איד און ער שפעט אפ פון צדיקים, דאן קען אים קיינער נישט ארויס נעמען פון זיין צרה.
מוהרא"ש האט דערציילט א מעשה וואס דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו האט דערציילט: עס איז געווען א איד וואס האט געליטן פון אויגן ווייטאג, איז ער געגאנגען צו א דאקטער ער זאל אים אויסהיילן אבער דער דאקטער האט אים אינגאנצן בלינד געמאכט השם ישמרינו. דער דאקטער האט דאך מורא געהאט אז ער וועט גיין פארציילן פאר אלעמען אז ער האט אים בלינד געמאכט האט ער אים געזאגט: "איך האב א וועג ווי אזוי איך קען דיר אויסהיילן", און ער האט אים געגעבן פארשידענע טראפן דורך וואס ער האט אים אויך טויב געמאכט, אזוי וועט מען קיינמאל נישט קענען דערגיין וואס דא האט פאסירט און קיינער וועט אים נישט קענען פארהאלטן אויף וואס ער האט געטון. וכך הוה, דער איד איז אהיים געקומען און ער הייבט אן שרייען און וויינען צו זיין משפחה אז ער זעט נישט ווייל איינער האט אים בלינד געמאכט, האט מען אים געפרעגט: "ווער האט דיר שלעכטס געטון?" אבער דער איד האט נישט געהערט וואס מען פרעגט אים און האט נישט געקענט ענטפערן פאר קיינעם.
דאס טוט דער יצר הרע, קודם מאכט ער בלינד דעם מענטש דורך דעם וואס ער ווייזט אים שמוציגע בילדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע כאפט אריין א מענטש אין זיין נעץ דורך דעם וואס ער מאכט אים קוקן שמוציגע מאוויס, שמוציגע קליפס, דורכדעם פאלט ער אריין אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אבער דער מענטש האט נאך א תקנה, ער קען גיין צום צדיק ער זאל אים אויסהיילן; וואס טוט דער יצר הרע? ער לייגט אים אריין טראפן אין די אויערן, דער מענטש הערט ליצנות אויפן צדיק, אזוי קען ער שוין נישט הערן די גוטע עצות וואס דער צדיק עצה'ט אים.
איך בעט דיר מיין טייערער..., אנטלויף פון חברים וואס שפעטן אפ פון צדיקים און לאז אפ די וואס מאכן ווערטלעך אויף ערליכע אידן, בפרט אויב מען רעדט אויף דער וואס האט דיר ארויס געשלעפט פון דיינע שלעכטע מעשים - אנטלויף פון דעם ווייל דאס איז סכנת נפשות, דו וועסט נישט האבן מער קיין געפיל אין די דיבורים וכו'.
איך האב דיר שוין דערציילט וואס איך האב געהאט איין יאר פורים, א אינגערמאן האט זיך אויסגעוויינט צו מיר בשעת ער איז געווען גוט אנגעטרונקען און ער האט געשריגן: "איך קען שוין נישט הערן קיין דרשות פון דיר ווייל איינער האט צו מיר גערעדט אנטקעגן דיר און די דרשות גייט נישט אריין אין מיינע אויערן".
בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן גוטע חברים; א גוטער חבר איז זייער א וויכטיגע זאך. מיט א גוטע חבר קען מען זייער מצליח זיין אין לעבן און פארקערט אויך, מיט א שלעכטע חבר קען מען זייער ווייט פארקריכן. אז דיין חבר שרייבט דיר ניבול פה און שיקט דיר נישט שיינע זאכן קענסטו ווייטער נישט זיין מיט אים א חבר, און אז דו וועסט אים נישט אפלאזן וועסטו אנקומען זייער ווייט רחמנא לצלן; געדענק איך האב דיר מזהיר געווען אויף דעם.
איך בעט פאר דיר יעדן טאג.