מכתב יומי
יג חשון תשפ"ו
November 04 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז מען האט דיך פארשעמט - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות, ענטפער נישט צוריק און האלט נישט אין זיך קיין רוגז. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "ישמע בזיונו ידום וישתוק", אז מען הערט א בזיון און מען בלייבט שטיל - דאס איז תשובה; ביי אנשי שלומינו פלעגט מען זאגן: "בזיונות איז ביי אונז קעש", מען קומט אפ אלע עבירות.
דאס איז וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יב, מעשה מבעל תפילה): "אַמָאל אִיז גִיוֶוען א בַּעַל תְּפִלָּה וָואס עֶר הָאט שְׁטֶענְדִיג נָאר עוֹסֵק גִיוֶוען אִין תְּפִילוֹת אוּן שִׁירוֹת אוּן תּוּשְׁבָּחוֹת צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. אוּן עֶר אִיז גִיזֶעסִין חוּץ לְיִשׁוּב. אוּן זַיין סֵדֶר אִיז גִיוֶוען, עֶר פְלֶעגְט אַמָאל אַרַיין צוּ גֵיין אִין יִישׁוּב אַרַיין. אוּן עֶר פְלֶעגְט אַרַיין צוּגֵיין צוּ עֶפֶּעס אַ מֶענְשְׁן אוּן עֶר פְלֶעגְט מִיט דֶעם מֶענְשְׁן אָנְהֵייבִּין צוּ שְׁמוּסִין פוּן דֶעם תַּכְלִית פוּן גָאר דֶער וֶועלְט. אַז צוּם אֶמֶת אִיז קֵיין שׁוּם תַּכְלִית נִישט פַארְהַאנְדִין אוֹיף דֶער וֶועלְט. נָאר מֶע זָאל דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן מֶע זָאל זִיךְ פַארְבְּרֶענְגֶען דִי יָארִין נָאר מִיט תְּפִלָה צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוּן מִיט שִׁירוֹת וְתִּשְׁבָּחוֹת צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ', אוּן אַזוֹי פְלֶעגְט זַיין סֵדֶר צוּ זַיין פוּן דֶעם בַּעַל תְּפִלָּה תָּמִיד. וָואס עֶר פְלֶעגְט אַלְץ אַרַיין צוּ גֵיין אִין יִישׁוּב אַרַיין. אוּן פְלֶעגְט אִיבֶּער רֵידִין מֶענְשְׁן אַז זֵיי זָאלִין גֵיין מִיט זַיין וֶועג אַז זֵיי זָאלִין נָאר גָאט בּ"ה דִינֶען, זֵיי זָאלִין נָאר עוֹסֵק זַיין אִין תְּפִילוֹת וְכוּ', אוּן וֶוער סֶע הָאט אִים צוּ גִיהֶערְט פְלֶעגְט עֶר אִים צוּ נֶעמֶען אוּן פְלֶעגְט אִים פִירִין אוֹיף זַיין אָרְט חוּץ לְיִישׁוּב כַּנַּ"ל. אוּן זֵיי פְלֶעגִין דָארְט עוֹסֵק זַיין נָאר אִין תְּפִילוֹת אוּן שִׁירוֹת וְתוּשְׁבָּחוֹת צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוּן וִוידוּיִים אוּן תַּעֲנֵיתִים אוּן סִיגוּפִים (דְהַיינוּ פַּיינִיקִין זִיךְ דֶעם גוּף) אוּן בַּיי דִי מֶענְשְׁן וָואס עֶר הָאט זֵיי מְקַרֵב גִיוֶוען צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. אִיז בַּיי זֵיי אַ תַּעֲנִית אוּן דֶער גְרֶעסְטֶער סִיגוּף (דְהַיינוּ פַּיינִיקִין זִיךְ) טַייעֶרֶער גִיוֶוען פוּן אַלֶע תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט. וָוארִין זֵיי הָאבִּין גִיהַאט תַּעֲנוּג פוּן דֶעם גְרֶעסְטִין סִיגוּף אָדֶער פוּן אַ תַּעֲנִית מֶער אֵיידֶער פוּן אַלֶע תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט".
וואס איז פשט אין די מעשה? מיר ווייסן דאך אז דער רבי איז דער בעל תפילה, און דער רבי האט דאך אונז געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן און אויך נישט מאכן קיין סיגופים; נאר דאס רעדט מען פון 'ישמע בזיונו ידום וישתוק', פון נישט ענטפערן ווען מען ווערט פארשעמט, דאס מיינט מען א 'תענית', און דאס 'סיגופים' מיינט מען פון ווערן געפייניגט, זיך נישט באליידיגן ווען מען טוט אנדערש ווי דיר, און ווען מען זאגט אנדערש ווי דו ווילסט, פון דעם רעדט דא דער רבי, דאס זאגט דער רבי, די אנשי בעל תפילה האבן גענומען די עבודה פון נישט זיך קריגן און נישט ענטפערן וכו' וכו', און דאס - "אִיז בַּיי זֵיי אַ תַּעֲנִית אוּן דֶער גְרֶעסְטֶער סִיגוּף (דְהַיינוּ פַּיינִיקִין זִיךְ) טַייעֶרֶער גִיוֶוען פוּן אַלֶע תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט. וָוארִין זֵיי הָאבִּין גִיהַאט תַּעֲנוּג פוּן דֶעם גְרֶעסְטִין סִיגוּף אָדֶער פוּן אַ תַּעֲנִית מֶער אֵיידֶער פוּן אַלֶע תַּעֲנוּגִים פוּן דֶער וֶועלְט".
אז מיר וועלן גיין יעדן טאג התבודדות, מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו ווערן פון דעם בעל תפילה'ס לייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.