מכתב יומי
יד חשון תשפ"ו
November 05 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען האט שוין צוריק גערוקט די זייגער, עס ווערט פרי נאכט, מען קען זיך לייגן פרי שלאפן און אויפשטיין פרי, אויסניצן די צייט; דער הייליגער רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן אויף די ווינטער נעכט 'די גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן.
גיי נישט ביינאכט מיט חברים, זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב. פאר איינעם איז גרינגער צו לערנען ביינאכט, פאר איינעם איז גרינגער אויפצושטיין לערנען פארטאגס, נישט קיין חילוק, ביידע זענען חשוב, ביידע זענען גוט, נאר בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, אדער לערן אין שטוב דיינע שיעורים כסדרן.
מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.
אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי. מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך האב שוין כמה פעמים געזאגט אז מען זאל נישט קומען צו מיר פרייטאג צו נאכטס, אינגעלייט בלייבן אין שטוב מיט די ווייב.
מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך לערנען אכצן פרקים משניות און ענדיגן יעדן חודש ששה סדרי משנה, מען באקומט א ריינע נשמה, א ריינע מח, מען ווערט ריין פארן אייבערשטן. אין אנהייב וועט דאס זיין שווער, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש - וועסטו נישט קענען אן דעם, עס וועט זיין ווי עסן פאר דיר, דו וועסט נישט שפירן זאט נאר נאכן גורס זיין ח"י פרקים משניות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.