מכתב יומי

יג טבת תשפ"א

December 28 2020

 


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וואו האלסטו אין חומש? האסט שוין אנגעהויבן די וואכעדיגע פרשה - שנים מקרא ואחד תרגום? האסט מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? צוויי וואכן צוריק? דו ווייסט אז מען גייט די וואך אויסשרייען: 'חזק חזק ונתחזק'? דו ווייסט וואו מען האלט אויף די וועלט? מיר האבן קוים אנגעהויבן די יאר, האסט זיך פארגענומען טויזנט קבלות, אז די יאר גייסטו לערנען חומש מיט אלע מפרשים און יעצט האלט מען שוין סוף סדר בראשית...!


אפשר איז צייט אוועק צו לייגן אלע חכמות המדומות און אנהייבן פאלגן צדיקים? אפשר איז צייט איינצובייגן דעם קאפ און טון וואס די הלכה זאגט? אפשר הייבסטו אן אנהייב וואך אזוי ווי אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט (שם, סעיף קטן ח) פונעם ווילנער גאון זכר צדיק לברכה אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך ענדיגט מען די פרשה.


אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, דאס איז ריין יראת שמים; אזוי ווי עס איז באוויסט דעם סיפור, דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געווען אין שטאט חוסט וואו דער הייליגער ערוגת הבושם איז געווען רב, דער ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו האט געהאט א ישיבה פון עטליכע הונדערט בחורים און דער צדיק רבי מרדכי'לע איז געקומען באזוכן דעם ערוגת הבושם, דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיי לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, רבי מרדכי'לע איז אריבערגעגאנגען אין די ישיבה זען די בחורים, ווען ער איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים רבי מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזוי קען זיי אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן רבי מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, האט ער נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י און זיי האבן אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער פלעגט פארקומען פרייטאג צופרי און עס איז נישט אויסגעקומען קיין צייט ווען צו מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז רבי מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


דו וועסט פארדינען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט אז דו וועסט לערנען חומש רש"י; א וואך וואס מען איז מעביר סדרה וועט מען האבן א געבענטשטע וואך און א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד מיט געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום. אויב מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און מען האט נישט קיין שמירה, דעריבער איז גוט מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך; יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש, תרגום און רש"י און דאס איז א שמירה עליונה אויפ'ן מענטש.


טראכט אריין, די טעג פליען אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווילאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט, וואס וועט איבערבלייבן פון אונז? וואס וועלן מיר מיט נעמען? נאר די פסוקים חומש רש"י און די פרקים משניות וואס מיר לערנען.


איך מאך היינט בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר; איך וויל דיר פערזענליך לאדענען. די בר מצוה וועט פארקומען אין בארא פארק ביי מיין זיידע אין בית המדרש, הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קארלסבורג; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


פארגעס וואס איז געווען, הייב אן א נייעם בלעטל אין לעבן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה; ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי.


דאס איז ממש וואס דו דארפסט יעצט הערן; לאז אפ אלע אלטע זאכן און הייב אן א נייע לעבן, פארגעס וואס איז געווען, עס וועט דיר נישט העלפן דאס וואס דו טראכסט טאג און נאכט פון וואס איז אריבער וכו' וכו'; האסט זיך שוין גענוג געגעסן דאס געזונט, יעצט איז צייט אנצוהייבן א נייעם בלעטל.


כאפ א טענצל, זינג זיך א לעבעדיגע ניגון; וועסטו אוועק נעמען די גאנצע גיהנום פון דיר. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם ער זאל טאנצן יעדן טאג, רבי נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.