מכתב יומי

יד טבת תשפ"א

December 29 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מָה אָשִׁיב לַה', כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי! געלויבט דעם אייבערשטן אז מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר איז היינט אריין לעול התורה והמצוות.


איך בין געגאנגען מיט אים אנטון תפילין ביי מיין זיידע, דער קארלסבורגער רב שליט"א; אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (קונטרס בר מצוה, אות ז): "וְנוֹהֲגִים חֲסִידִים וְאַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה", מען פירט זיך ביי חסידים, "שֶׁלוֹקְחִים אֶת בֶּן הַבַּר מִצְוָה", אז מען נעמט דעם בר מצוה בחור, "בְּיוֹם שֶׁמַּתְחִיל לְהָנִיחַ תְּפִילִין", אין די טאג וואס ער הייבט אן לייגן תפילין, "אֶל אֵיזֶה צַדִּיק קָדוֹשׁ וִירֵא שָׁמַיִם", צו א צדיק, "שֶׁהוּא יַנִּיחַ לוֹ אֶת הַתְּפִלִּין בְּפַעַם הָרִאשׁוֹנָה", ער זאל אים אנטון תפילין דעם ערשטן מאל אין לעבן, "כְּדֵי שֶׁיַּשְׁפִּיעַ מִקְדֻשָּׁתוֹ וּמֵרוּחוֹ עַל חֲתַן הַבַּר מִצְוָה", עס זאל משפיע זיין פון זיין קדושה אויפ'ן בחור.


איך בין היינט א בעל שמחה שרייב איך דיר אפאר ווערטער לכבוד די שמחה. איך וויל דו זאלסט אויך ווערן היינט בר מצוה; אז דו וועסט היינט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה וועט היינט זיין דיין בר מצוה. פרוביר אויס דאס זיסקייט פון די תורה, פרוביר אויס די סם החיים, די לעבנס מעדעצין - די הייליגע תורה.


איך ווייס אז דיין קאפ איז נישט ביי דיר, פון אזויפיל עגמת נפש וואס דו גייסט אריבער קענסטו זיך נישט צאמנעמען וכו' וכו'; דאך איז דא די וועג פון רבי'ן, דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), מיט דעם וועסטו מצליח זיין.


פרוביר דאס אויס. נעם א גמרא, נעם א משניות און לערן אן פארשטיין, בפרט גמרא; ווען מען לערנט גמרא - פארשניידט מען אלע קליפות. חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" - אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז א לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


מארגן נאכט וועט זיין א צאמקום פאר די פרויען, די פרויען קומען זיך צאם זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען שעפן פרישע כוחות, זי זאל קענען ווייטער פירן די שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיש זיך נישט אין פאליטיק; בפרט זאכן וואס איז נוגע מיט מיר - בעט איך דיר זייער נעם זיך נישט אן פאר מיר און קריג זיך נישט פאר מיר. שטיי ווייט פון מחלוקת און קריגערייען, עס העלפט גארנישט, עס מאכט נאר ערגער; ווייל פון מחלוקת קומט נישט ארויס קיין גוטס.


אז דו ווילסט מיר העלפן, דו שפירסט אז דו דארפסט עפעס טון; זיך אננעמען וכו' - זאלסטו נעמען א משניות, א גמרא און זאגן פרקים משניות און דפים גמרא, מיט'ן נעמען א ספר אין די האנט ביסטו יוצא דער ענין פון זיך אנ-נעמען, און אז דו וועסט אננעמען וואס איך זאג און שרייב דיר - מיט דעם ביסטו מקיים דאס זיך אננעמען פאר מיר.


ברודער, אנטלויף פון אלע נארישקייטן; נאר תורה און תפילה איז תכלית גערעדט, אלעס אנדערש איז ביטול הזמן, א שאד די צייט; בפרט זיך טענה'ען, פרובירן אויפווייזן א צווייטן - איז א נארישקייט, יענער וויל דאך נישט הערן דעם אמת, יענער וויל נאר אויספירן, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכב): "כִּי זֶה יָדוּעַ, שֶׁמִּדַּת הַנִּצָּחוֹן אֵינָהּ סוֹבֶלֶת הָאֱמֶת", דאס איז באוויסט, ווען א מענטש וויל אויספירן וועט ער קיינמאל נישט מודה זיין אויפ'ן אמת, "כִּי אַף אִם יֵרָאֶה לָעֵינַיִם דְּבַר אֱמֶת, יִדְחֶה אוֹתוֹ מֵחֲמַת הַנִּצָּחוֹן", און אפילו מען וועט אים אויפווייזן בפירוש מיט קלארע באווייזן אז ער איז נישט גערעכט - וועט ער אויך נישט מודה זיין אויפ'ן אמת, ווייל ער וויל אויספירן; איז דאך א שאד זיך צו טענה'ען און זיך קריגן מיט א צווייטן.


ווער איז ברסלב? ווער איז טאקע ברסלב?! ווער זאגט מיר איך בין ברסלב? אפשר נאר איך זיך? דער תירוץ איז זייער פשוט, דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז ברסלב. דער רבי האט אונז איבערגעלאזט פינף ספרים: ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות; דער וואס לערנט די ספרים - דער איז מקושר צום רבי'ן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער איז א ברסלב'ער חסיד און דער וואס לערנט נישט די ספרים האט נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן.


אנשטאט רעדן מיט דעם און יענעם, זוכן צייטווייליגע נצחונות, זוכן יענעם צו ענטפערן - נעם א ליקוטי מוהר"ן און הייב אן לערנען כסדרן; פארשטייסט יא, פארשטייסט נישט - דאס זאל דיר נישט שטערן פון לערנען כסדרן, דער רבי וועט דיר עפענען דיין הארץ, דער רבי וועט דיר עפענען דיין קאפ, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; מאך זיך א שיעור צו לערנען ליקוטי מוהר"ן וועסטו זיין מקושר צום רבי'ן.


איך בעט דיר נאכאמאל, נעם נישט קיין טייל אין קיין מחלוקת; פאר מיר זאלסטו זיך זיכער נישט קריגן, אנשטאט זיך אננעמען פאר מיר, זאלסטו אננעמען וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.