מכתב יומי
יג טבת תשפ"ב
December 17 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו
זע זיך איבערצובעטן איידער שבת קומט אריין; טו אלעס אין די וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב. לאז נישט דעם שטן האבן א פלאץ ביי דיר אין שטוב, טרייב אים ארויס; אז עס וועט זיין שלום - וועט ער נישט האבן קיין פלאץ. זיין זאך איז קריגערייען; וויי און ביטער איז פאר א שטוב וואס מען קריגט זיך, זיי טרייבן ארויס די שכינה הקדושה; וואויל און גוט איז די שטוב וואס מען האט זיך ליב.
טו אלעס אין די וועלט עס זאל זיין שלום צווישן אייך; בעט איבער און זאג אז דו וועסט אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט.
שעלטן?! איך שעם זיך צו שרייבן אזא זאך בכלל, א איד שעלט קללות? און אויף וועם - אויף די ווייב?! באשעפער אין הימל, היט אפ אידישע קינדער פון דעם.
איך האב דיר אסאך צו שרייבן אבער איך בין נישט ביי מיינע כוחות, איך האף זיך צו שפירן בעסער וועל איך דיר מער שרייבן.
א פרייליכן שבת.