מכתב יומי

כה כסלו תשפ"ב

November 29 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אריין אין די הייליגע חנוכה טעג, נעכטן האבן מיר געצינדן די הייליגע לעכט, באלד גייען מיר שוין צינדן די צווייטע לעכטל.


איך וויל דיר שרייבן אפאר חיזוק ווערטער. מוהרא"ש האט אונז אלע יארן אזוי שטארק מחזק געווען מיט דעם שטיקל זוהר, הונדערטער און טויזענטער מאל שרייבט מוהרא"ש די פאר ווערטער פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, לאמיר דאס איבער'חזר'ן יעצט פאר מיר צינדן די הייליגע לעכט.


דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.) יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער - זיס, "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו', ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן? - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז אייבערשטער, אין דער ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


חנוכה קומט אראפ אזא ליכטיגקייט, מען הייבט אן זען אז אלעס איז דער אייבערשטער, מען גייט ארויס פון די טונקלקייט. די יוונים האבן געוואלט מאכן טונקל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ב, ד): "חשֶׁךְ, זֶה גָּלוּת יָוָן, שֶׁהֶחֱשִׁיכָה עֵינֵיהֶם שֶׁל יִשְׂרָאֵל", זיי האבן טונקל געמאכט פאר אידישע קינדער, ביז די הייליגע צדיקים זענען געקומען און צוריק ליכטיג געמאכט פאר אידישע קינדער, אריינגעברענגט אמונה, מען זאל גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער.


צינד צייטליך, זיץ ביי די ליכט כאטשיג א האלבע שעה, לעש נישט אויס די ליכט, לאז עס ברענען; אויב האסטו קליינע קינדער וואס לויפן ארום און עס קען זיין א סכנה - זאלסטו לייגן די מנורה אויף א פלאץ וואו עס איז נישט קיין סכנה פון זיך איבערדרייען.


זאג אפאר ווערטער פאר'ן אייבערשטן ביי די ליכט; בעט פאר דיר, בעט פאר דיינע דורות און פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א ליכטיגן פרייליכן חנוכה.