מכתב יומי

יג ניסן תשפ"ב

April 14 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז ליל בדיקת חמץ; ווען עס ווערט דער זמן טאר מען גארנישט טון, מען טאר נישט עסן און נישט לערנען - נאר גלייך בודק חמץ זיין.


מאך בדיקת חמץ מיט די קינדער; נעם יעדן קינד מיט, געב יעדן עפעס; איינער זאל האלטן די לעפל, א צווייטער די פעדער, דער דריטער זאל האלטן דעם זעקל און ציילן וויפיל ברעקלעך מען האט שוין געטראפן, דעם פערטער זאל שלעפן דעם לייטער און אזוי ווייטער; אלע זאלן מחונך ווערן מיט די הייליגע מצוות.


עס איז זייער וויכטיג מחנך זיין די קינדער מיט די הייליגע מצוות, זיי זאלן זיין א חלק ביים מאכן די מצוות; אזוי גייט אריין די מצות אין זייערע בייינער, עס בלייבט אין זיי איינגעקריצט.


מען פירט זיך אוועקצולייגן צען ברעקלעך חמץ און דאס צאמנעמען ביים בודק חמץ זיין, דאס לייגט מען אוועק צו פארברענען; אנדערע חמץ - ווארף אלעס אוועק אין די מיסט; ביים פארברענען די חמץ דארף מען נישט מער ווי די צען ברעקלעך.


נאכן בודק חמץ זיין זאלסטו זאגן דעם ערשטן "כל חמירא", אויך די יהי רצון וואו מען בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסצורוימען דעם יצר הרע, מיר זאלן האבן א ריינע מח, א ריינע הארץ, א ריינע לעבן, אן קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, אן קיין שום עבירות.


מארגן ערב פסח דארפן די בכורים מאכן א סיום מסכתא, אדער הערן א סיום; נאר אזוי קען מען עסן.


איך דארף מקצר זיין, איך גיי שוין באלד שעפן מים שלנו פאר די ערב פסח מצות, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין נאך די יאר לֶאֱכֹל מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.