מכתב יומי
יב ניסן תשפ"ב
April 13 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעכטן נאכט נאך מעריב האב איך געמאכט אן אפיעל אין בית המדרש; דו ביסט נישט געווען דארט, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך משתתף זיין.
די אפיעל איז געווען, היות עס זענען דא וואס האבן נישט אויף פסח, מען דארף זיי ארויסהעלפן – אויב דו קענסט ארויסהעלפן.
מען רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט פון די פרויען וואס האבן נישט קיין כח, זיי זענען אפגעמאטערט, זיי ארבעטן ביטער שווער אויסצורוימען די חמץ און אריינברענגען דעם יום טוב.
די אפיעל איז געווען אז יעדער זאל אהיים גיין נאך מעריב און געבן גוטע ווערטער, אויך אביסל שמועסן; געבן אביסל צייט, צען מינוט; אויסהערן, זיך רעכענען מיט די ווייב.
דער עולם איז געווען אביסל צעמישט, זיי זענען נישט צוגעוואוינט אז דער ראש ישיבה זאל זיך אויפשטעלן מאכן א מגבית. אנפאנג האבן זיי געמיינט אז איך גיי בעטן געלט, נאכדעם האבן זיי אלע זיך צעשמייכלט צו הערן אזא סארט מגבית, א ראש ישיבה זאל מאכן אזא סארט אפיעל...
איך בעט דיר דו זאלסט זיך אויך משתתף זיין אינעם מגבית. גיי אהיים, הער אויס דיין ווייב, רעד שיין צו איר, הער איר אויס, געב איר גוטע ווערטער. געב איר אפאר דאלער זי זאל זיך קענען קויפן עפעס פאר יום טוב, א שיינע זאך. און אז זי איז איבערגעשטרענגט, זי שרייט, זי רעדט נישט מיט דיר – זאלסטו דאס נישט נעמען צום הארצן, פארשטיי איר, עס גייט איבער אויף זיי. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.
היינט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג אום ניין אזייגער, איך האף דו קומסט צום שיעור; אויך וועט מען קענען מיט האלטן דעם שיעור אין ליבערטי, בלומינגראוו, מאנסי און לעיקוואד; קום זיך אויפפרישן.
א כשר'ן פרייליכן יום טוב.