מכתב יומי

יג ניסן תשפ"ו

March 31 2026

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"ג ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז בדיקת חמץ; מען רוימט אויף די שטוב איידער מען איז בודק חמץ, אז אלעס פון דער ערד איז אוועקגעלייגט און צאמגעפאקט - איז גרינגער בודק חמץ זיין, און ווי מער זאכן זענען אנגעלייגט איז שווערער די בדיקה; זאלסטו אלעס אנגרייטן פון פאראויס, אז אלעס זאל זיין מסודר, אויך איז דער מנהג צו לייגן צען ברעקלעך חמץ, עס איז אויך דא אין דעם א גרויסער סוד.


דער עיקר זאלסטו טון אלעס מיט גרויס שמחה, ווייל יעצט פסח ווערט אנטפלעקט דאס הייליגקייט פון אידישע קינדער, ווי אלע אידן טוען אויסרוימען די חמץ. דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארום געגאנגען פסח פון איין איד צום צווייטן זיך נאכפרעגן צי ער האט אפשר אביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום! ביר איז חמץ", האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל דער ווערד פון א פלעשל ביר וועסטו מיר יא געבן?" האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב - "איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי דאס זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב - "איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיך דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): "וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ', עס זענען נישטא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): 'מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.