מכתב יומי
כו ניסן תשפ"ו
April 13 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן א חדר און א בית פיגא וואו מען איז מחנך די קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, מען לייגט אריין אין די קינדער א שטארקע אמונה, א קלארע אמונה. יעצט ווערט זיבעצן יאר פון די מוסדות, ווייל אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט אונזער ברסלב'ער חדר אין אמעריקע, מיר האבן געעפנט די חדר מיט אפאר קינדער, מיט בערך פינף משפחות האבן מיר אנגעהויבן די חדר, און היינט איז דאס שוין אזוי גרויס צואוואקסן.
די וואך גייט צוויי פרשיות, הייב אן שוין היינט מעביר סדרה זיין, ווייל אלע ברכות ליגט אין די מצוה פון מעביר סדרה זיין, און אויך פארקערט; אויב מען לאזט אויס א וואך פון מעביר סדרה זיין - זעט מען גלייך א נישט גוטע זאך וואס פאסירט.
קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון מיט היט אין רעקל, שטעל זיך פאר דו קענסט אריינגיין צו א קעניג, א מלך בשר ודם - וואלסטו זיכער זיך אנגעטון דיין רעקל, דיין הוט - בדרך כבוד, און דא רעדט מען פונעם מלך מלכי המלכים, דער הייליגער באשעפער; זאלסטו קומען אין שול מיט כבוד און דרך ארץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.