מכתב יומי
יג סיון תשע"ט
June 16 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו אז א ברסלב'ער חסיד טראגט א גרויסע אחריות. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק; פארוואס רעדן מענטשן אויף ברסלב? נאר שולדיג אין דעם זענען די וואס פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, אזוי אויך ליידן מיר פון די נייע משוגעת פון "נ, נח"; זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, ווייל מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.
בעט איך דיר זייער, געב אכטונג ווי דו פירסט זיך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; מיט דיין שיינע התנהגות וועסטו מקרב זיין אן א שיעור מענטשן צום אייבערשטן.
וואו איך גיי און וואו איך שטיי שטעלן מיר אפ מענטשן מיט גריסן פון תלמידים, ווי שיין זיי פירן זיך און בעיקר פון די מענטשליכקייט און פון די גוטע מידות; דאס מאכט מען זאל זען דעם אמת וואס דער רבי געבט אונז און וואס דער רבי מאכט מיט אונז.
זע צו לערנען אביסל משניות; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים"; איז וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן און דו לערנסט משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלע זינד און דיר ברענגען צו די גרעסטע מדריגות.
איך וויל דיר זייער בעטן אויב דו קענסט רעדן מיט ... נרו יאיר און אויסשמועסן מיט אים וואס דו קענסט העלפן מיט'ן קאמפיין. ער איז מיר זייער געטריי; ער ארבעט פאר די מוסד אן קיין שום פריוואטע נגיעות און ער האט מיר שוין זייער אסאך געהאלפן ביז אהער, יעצט האט ער זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט פאר די מוסד צו קענען ווייטער אנגיין. פרעג אים וואס דו קענסט העלפן אז די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה; איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו נעמסט א חלק אינעם קאמפיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא גרויסע רבי וואס איז אונז מחזק מעודד ומשמח, ער לערנט מיט אונז ווי אזוי מיר זאלן קענען דורך שטופן א שווערע מינוט, דורך די עצה פון תפילה והתבודדות - זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען מיר זאלן ווען נאר באקומען פון רבי'ן די מתנה פון התבודדות, איז שוין אלעס כדאי געווען"; כל שכן וכל שכן אז דער רבי לערנט מיט אונז עצות אויף יעדע פרט און פרט.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): התבודדות איז א "דָּבָר הַשָּׁוֶה לְכָל נֶפֶשׁ מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻּלָּם יְכוֹלִים לִנְהֹג הַנְהָגָה זוֹ, וְעַל יְדֵי זֶה יָבוֹאוּ לְמַעְלָה גְּדוֹלָה, אַשְׁרֵי שֶׁיּאֹחַז בָּזֶה", אסאך מאל ווען מען געבט אן עבודה פאר מענטשן איז עס נישט געאייגנט פאר יעדן נאר פאר בני עליה, זאגט אבער דער רבי אז 'התבודדות' איז א זאך וואס יעדער קען טון און ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו זיך אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן, ווערט ער נענטער און נענטער צום אייבערשטן.
פרוביר אויס די עצה; הייב אן בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס דו דארפסט אפילו עס זעט אויס ווי א קלייניקייט, וועסטו זען גרויסע וואונדער.
איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן מוסד; אונזער הצלחה איז נאר ווייל מיר ארבעטן באחדות אלע תלמידים, הן די בחורים הן די יונגעלייט און אזוי אויך די מיידלעך און די פרויען - אלע העלפן מיט וואס מען קען. אין דעם זכות וואס דו העלפסט די מוסד וואס פארשפרייט די עצות פון רבי'ן וועסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט שרעקליכע מחלוקת, מען האט אים גע'רודפ'ט פאר גארנישט און פאר נישט, צווישן אנדערע האט מען אנגעזאגט דעם מקוה איד אז ער זאל בשום פנים ואופן נישט אריין לאזן רבי נתן אין מקוה. דער מקוה איד האט אבער יא געוויסט ווער רבי נתן איז, האט ער געזאגט פאר רבי נתן אז ער וועט אים עפענען די מקוה שטילערהייט אינמיטן די נאכט ווען יעדער שלאפט, אזוי וועט קיינער נישט וויסן דערפון, און אזוי האט ער טאקע געטון; נאכט נאך נאכט פלעגט רבי נתן קומען שטילערהייט אין מקוה, אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז מען איז געוואויר געווארן דערפון, מען האט אים נאכגעקוקט און מען האט געזען ווי ער עפנט אויף שטילערהייט די מקוה פאר רבי נתן. דער מקוה איד האט געוואוינט העכער דעם מקוה און אזוי ווי מען איז געוואויר געווארן אז ער לאזט רבי נתן גיין אין מקוה האט מען אים ארויסגעווארפן אינמיטן די נאכט אינעם קאלטן ווינטער מיט זיין ווייב אין צוויי קינדער. איז ער געקומען וויינען צו רבי נתן: "העלף מיר, איך האב נישט קיין דאך איבער'ן קאפ פאר מיר און פאר מיין ווייב און קינדער, אלעס וועגן אייך!" האט אים רבי נתן געזאגט: "געלט קען איך דיר נישט געבן, ווייל איך האב נישט פאר מיר אליינס אויך נישט, נאר וואס יא, גיב מיר דיינע צוויי קינדער און איך וועל מיט זיי לערנען", וכך הוה, רבי נתן האט מיט זיי געלערנט און זיי זענען אויסגעוואקסן גרויסע צדיקים ברסלב'ע חסידים.
דאס זעלבע זאג איך דיר וואס דו העלפסט מיר מיט מסירות נפש אויפשטעלן מוסדות וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט די לויטערע אמונה און ליבשאפט צו זיין א איד, מיט קדושה און יראת שמים אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "געלט האב איך נישט דיר צו געבן וכו', אבער דאס קען איך דיר זאגן, געב מיר דיינע קינדער, איך וועל מיט זיי לערנען און זיי וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים און ערליכע אידן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.