מכתב יומי
יד סיון תשע"ט
June 17 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זע צו דאווענען שחרית מנחה מעריב אין בית המדרש; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.
דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז א מענטש זאל אנהייבן מזלזל זיין אין דאווענען; קודם הייבט מען אן צו פארפאסן מנחה מעריב, נאכדעם הייבט מען אן שניידן פון שחרית, מען ווערט א גאנצער תלמיד חכם - מען ווייסט שוין וואס איז דער עיקר דאווענען און וואס איז נאר א לכתחילה וכו' וכו', ביז מען הערט אויף אינגאנצן צו דאווענען; אזוי נעמט דער יצר הרע אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.
שנייד נישט קיין שטיקלעך ביים דאווענען; געוואוין זיך צו צו דאווענען פון 'אדון עולם' ביז 'עלינו לשבח' ווארט ביי ווארט אין א סידור. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע כוונות וואס איך ווייס, ווען עס קומט צום דאווענען דאוון איך ווי קינד - בתמימות ובפשיטות"; ווייל דער עיקר איז צו דינען דעם אייבערשטן אן קיין שום דריידלעך.
אז דו וועסט צוריק אנהייבן מקפיד זיין אויף דאווענען מיט מנין וועסטו זען אז דו וועסט האבן פרנסה בשפע.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, און דאס וועט דיר ראטעווען פון אלע פייערן פון גיהנום פון די וועלט און פון יענע וועלט. דער חיד"א זכרונו לברכה ברענגט בשם ספר מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מֵנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהנום, הייבט דער מענטש אן צו שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר, יצחק אבינו ראטעווע מיר, יעקב אבינו ראטעווע מיר", אבער קיינער ענטפערט אים נישט; נאכדעם שרייט ער: "ראובן, שמעון, לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב, ווען אשר בן יעקב הערט זיין געשריי פרעגט ער אים צי ער האט געלערנט משניות, און אויב ענטפערט ער 'יא' דעמאלט נעמט ער אים אריין אין גן עדן; דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות פון 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", און ער וועט אים געבן גן עדן.
היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שבע ברכות אין ישיבה וואו מיר וועלן זיך אלע פרייען אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט אונז געטון אז מיר ווייסן פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.