מכתב יומי

יג סיון תשפ"ב

June 12 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די קומענדיגע וואך גייט פארקומען דעם יערליכן קאמפיין; איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט נעמען א טייל, זאלסט אויך צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות.


זייער אסאך מענטשן זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, מענטשן ווילן העלפן די פלאץ, מען דארף נאר פשוט בעטן, ארום גיין צאמנעמען.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, זאג דעם אייבערשטן: "איך וויל גארנישט, איך וויל טון נאר דיין ווילן" - וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.