מכתב יומי

יז סיון תשפ"ב

June 16 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן, היות מיר מאכן אם ירצה ה' קומענדיגע וואך א קאמפיין פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש – העלף מיר; גיי נאך געלט, נעם צוזאמען געלט פון דיינע חברים, משפחה, באקאנטע, שכנים און פון וועם דו קענסט נאר. אזויפיל מענטשן האבן היינטיגע טעג הנאה פון רבינ'ס התחזקות, עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם אזויפיל שווערע ביטערע נסיונות, און נאר דער הייליגער רבי איז מחזק יעדן איינעם.


איך בעט דיר, העלף ארויס אונזערע מוסדות. געדענק וואס דער רבי שרייבט אונז, אזעלכע הארץ רייסנדע ווערטער, ווי דער רבי בעט אונז אינעם מכתב געשריבן פאר אלע אנשי שלומינו: "דערמאנט אייך איטליכער וואו איך האב אייך געפונען"; אוי, די פאר ווערטער שטעכט אריין טיף אין אלע איברים, מען דערמאנט זיך 'ווי אזוי האב איך אויסגעקוקט אנעם רבי'ן?' 'ווי אזוי וואלט איך אויסגעקוקט?' דארפן מיר זיך אנשטרענגען צו העלפן דעם רבי'ן.


איך בעט נישט דיין געלט, איך וויל נישט דיין געלט, און איך ווארן דיר אויב דו גייסט בארגן געלט פון קרעדיט קארדס צו געבן פאר'ן קאמפיין; ברענג צדקה, נעם צוזאם צדקה, רוף דיינע באקאנטע, מאך נישט פוילע זאכן, סטעטו"ס און שוין; הייב אויף א טעלעפאן, בעט צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.