מכתב יומי

יג תשרי תשפ"ה

October 15 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויב דו קענסט עפעס ארויסהעלפן מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע לכבוד יום טוב - וואלט דאס געווען א גרויסע מצוה.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט טיילן זייער אסאך צדקה ערב סוכות, ער האט געזאגט דאס איז זיין נוי סוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הער אויף זיך קריגן אין שטוב, הער אויף וויי טון דיין ווייב, מיר האבן יעצט - ערב יום הקדוש - זיך איבערגעבעטן, מיר האבן יעצט צוגעזאגט אז מיר גייען זיך מער נישט קריגן, און שוין ביסטו צוריק אין די אלטע בלאטע.


וואס ווילסטו פון דיין ווייב? וואס דערקיטשעסטע איר די יארן? וואס ווילסטו פון איר? זי איז דיין דינסט? זי איז דיר עפעס שולדיג?!


איך וועל דיך דארפן פארטרייבן פון היכל הקודש, מוהרא"ש האט מיך געשטעלט צו זיין א גבאי אז היכל הקודש זאל נישט זיין קיין עיר מקלט וואו פארברעכער כאפן זיך אריין; נאר דער וואס איז איידל, דער וואס איז מכבד די ווייב און רעדט שיין - קען זיין אין אונזער חדר היכל הקודש, קודש קדשים.


בעט יעצט איבער דיין ווייב, און גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן ווי דו ביסט אזוי געפאלן און אזוי נידריג; וויי טון די אייגענע ווייב, איר מאכן צער, איר מאכן וויינען.


טו תשובה אויף דיין חטאות נעורים, אויף די פגמי הברית וואס דו האסט אזוי סאך פוגם געווען, וואס די עבירה מאכט מען זאל ווערן אן אדם רע, א שלעכטער מענטש. אזוי ווי עס איז אמאל געווען ביים רבי'ן, א איד האט זיך באקלאגט אז זיין בעל הבית שלאגט אים, ער האט געבעטן אויב דער רבי קען רעדן צו אים; ווען יענער איז געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געפרעגט: "איך האב א קשיא, עס שטייט ביי די פרשה פון ער ואונן (בראשית לח, ז), "וַיְהִי עֵר בְּכוֹר יְהוּדָה רַע בְּעֵינֵי ה'", פארוואס שטייט "רַע" בְּעֵינֵי ה' - ער איז געווען שלעכט אין די אויגן פונעם אייבערשטן, עס וואלט געדארפט שטיין "רָשָׁע" בְּעֵינֵי ה'? איך וועל דיר ענטפערן - האט דער רבי געזאגט - ווייל ווער עס טוט די עבירה פון ער ואונן, ער איז פוגם בברית, ווערט א 'רַע' - א שלעכטער מענטש; אלע נערוון קומען פון עבירות, עבירות ברענגט אויפן מענטש א נערוועזקייט, ביז יענער האט אנגעהויבן וויינען, יענער האט תשובה געטון; א גאנצע מעשה, (קוק עס נאך אין ספר שיחות הר"ן, סימן רמט).


טו תשובה אויף דיינע חטאים, וועסטו האבן שלום בית, דו וועסט ליב האבן דיין ווייב און זי וועט דיך ליב האבן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפד): "בְּהַחֹטֶם יְכוֹלִים לְהַכִּיר הַנּוֹאֵף", מען קען דערקענען א נואף דורך זיין נאז; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אויף כעס, איינער וואס איז שטענדיג נערוועז איז א סימן אז ער איז א נואף. דערפאר זאלסטו וויסן אז נערוועזקייט און כעס האט גארנישט צוטון מיט ערליכע אידן, פארקערט, דאס איז דער סימן ווער עס איז אן ערליכער איד; דער וואס היט זיך נישט פון עבירות, ער היט נישט זיינע אויגן, ער קוקט אלע עקלדיגע שמוציגע אויסגעלאסענע מאוויס - דער ווערט א נערוועזער אנגעצויגענער מענטשדער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו קויפן פאר דיינע בחורים און אינגלעך די ד' מינים, עס קאסט נישט קיין סאך און עס איז אזוי הייליג; זיי זאלן אלע זיך קענען פארבענקען צום אייברשטן מיט די ד' מינים ביי הלל און ביי די הושענות.


זע צו באצאלן פאר ד' מינים, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת וכו'. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט.


מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט די כוונות הנענועים; ווען מען שאקלט צו רעכטס (דרום) - האט מען אינזין 'רבונו של עולם, איך וויל געדענקען ווען עס גייט מיר רעכטס אז אלעס איז דיר', און ווען מען שאקלט צו לינקס (צפון) - בעט מען 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל א גאנץ יאר געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס איז עס אויך דו', און ווען מען שאקלט צו פארנט (מזרח) - זאל מען געדענקען 'עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז אייבערשטער', און ווען מען שאקלט ארויף צום הימל (מעלה) - זאל מען בעטן 'אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע שטותים', און ווען שאקלט אראפ (מטה) - זאל מען זיך גוט אויסוויינען 'רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, כי לא ידח ממנו נדח, קיינער וועט דאך נישט בלייבן פארשטויסן', און ווען מען שאקלט אויף פארקערט (מערב) - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר'.


מיר געפינען אין הייליגן זוהר ווי די תלמידי רבי שמעון בר יוחאי פלעגן זיך צופייערן און זאגן 'אילו לא באנו לעולם אלא למשמע זאת דיינו', וואלטן מיר נישט געקומען אויף דער וועלט נאר צו הערן די חידושי תורה איז אונז שוין גענוג, און דאס זאגן מיר אויף מוהרא"ש, וואלטן מיר נישט געקומען אויף די וועלט נאר צו הערן די כוונת הנענועים, ווי מיר פשוט'ע אידן קענען זיך אזוי פארבענקען צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זיין ארום גענומען מיט די שכינה הקודשה אין אלע מצבים, דיינו - איז דאס שוין אלעס ווערד.


סוכות וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, די יאר חול המועד וועלן מיר דאווענען אין היכל ראזענבערג. עס וועט זיין א שיעור גמרא צען אזייגער אינדערפרי און נאכדעם וועלן מיר דאווענען, אויך וועט זיין אלע נעכט שמחת בית השואבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.