מכתב יומי

יב תשרי תשפ"ה

October 14 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קויף א שיינע זאך לכבוד יום טוב פאר דיין ווייב, א קלייד אדער א צירונג; און בעט איר איבער, און הער זיך שוין אויף צו קריגן.


ווען וועסטו שוין אפלאזן די קריגערייען, דאס וועלן אויספירן, דאס וועלן מנצח זיין; וויפיל וועסטו נאך ליידן פאר די ביסל תאווה פון זיין דער וואס פירט אויס? דו ליידסט, דיינע קינדער ליידן, יעדער ליידט; געב נאך, און בעט איבער.


ווען מען געבט נאך - איז מען דער מנצח, דער רבי האט אלץ נאכגעגעבן און דאך האט ער געזאגט: "נצחתי ואנצח", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן; מיט דעם וואס ער האט קיינמאל נישט איבערגעזאגט מער ווי איין מאל וואס ער האט געוואלט, נאך איין מאל זאגן, אויב האט מען געוואלט פארקערט האט ער גלייך מנצח געווען און נאכגעגעבן; זאלסטו אויך אזוי טון, געב נאך, בעט איבער, פארגין און פארגעב - וועסטו זיין דער אמת'ער מנצח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו בויסט דיין סוכה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אין די סוכה, און די הייליגע אושפיזין זאלן קומען צו מיר אין די סוכה, זיי זאלן מיך בענטשן", דעמאלט וועסטו שפירן א זיסקייט אינעם יום טוב סוכות.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט אויפגעשטעלט פאר רבי נתן די סוכה, ער האט געארבעט זייער שווער עס זאל זיין שיין און שטארק. ביינאכט ביי די סעודה האט רבי נחמן געזאגט פאר רבי נתן אז מען שפירט אן אנדערע טעם אין די סוכה ווען מען האט זיך געפלאגט דאס אויפצושטעלן, האט אים רבי נתן געזאגט: "דאס האסטו נאכנישט פרובירט, צו בעטן א גאנצן טאג דעם אייבערשטן 'רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הַטְּעִמֵינוּ טַעַם סוּכָּה, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אין די סוכה', וואס פאר א טעם מען שפירט דעמאלט".


ווען דו שלעפסט די ברעטער מיט די סכך וכו' - זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם איך וויל זוכה זיין צו שפירן א טעם אין סוכות, איך וויל זוכה זיין צו די הייליגע אושפיזין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.