מכתב יומי

יד אדר א' תשע"ט

February 19 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער אז ביז סוף וואך ענדיגסטו די גאנצע סדרה. אויך פריי איך זיך צו הערן אז דו לערנסט יעדן טאג משניות; עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך פאר די נשמה פון לימוד משנה.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה טוט די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן צז): "מִי שֶׁאֵין לוֹ פַּרְנָסָה יַעֲסֹק בַּתּוֹרָה וְאַחַר כָּךְ יִתְפַּלֵּל עַל פַּרְנָסָה, בְּוַדַּאי יִתְקַבֵּל תְּפִלָּתוֹ", ווער עס האט נישט קיין פרנסה זאל לערנען תורה און נאכדעם זאל ער בעטן דעם אייבערשטן אויף פרנסה, וועט דער אייבערשטער זיכער צו הערן זיין געבעט; זאלסטו אזוי טון, נאך יעדע פרק משניות וואס דו לערנסט זאלסטו זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן און אים זאגן: "הייליגער באשעפער, הער אויס מיין געבעט; איך מוטשע זיך מיט פרנסה, עס איז מיר זייער ענג. איך האב נישט וואס אהיים צו ברענגען פאר מיין ווייב און קינדער, העלף מיר, געב מיר שפע", וועט דיר דער אייבערשטער געבן פרנסה בשפע.


א ברסלב'ער חסיד האט מיר דערציילט אז לעצטנס איז ער זייער געדרוקט; ער האט א ביזנעס וואס ברענגט אים אריין שיין פרנסה אבער די לעצטע פאר חדשים איז אלעס זייער שוואך און ער האט ממש נישט קיין ארבעט, עס קאסט אים ארבעטערס און ער האט נישט פון וואו זיי צו באצאלן. דער איד וואוינט אין קרית יואל, דערציילט ער מיר אז פאריגע וואך איין פארנאכט'ס ווען ער האט געשפירט ווי ער קען נישט מער איז ער ארויף געגאנגען צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו וואו ער האט זיך אויסגעגעסן זיין הארץ צום אייבערשטן; ער האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן אז ער שפירט ווי ער קען נישט מער וכו'. דערציילט ער מיר אז אויפן וועג אראפ פון בית החיים באקומט ער א טעלעפאן רוף פון א איד וואס זאגט אים ער זאל אריבער קומען צו אים, ער וויל אים באצאלן אן אלטן חוב פון פינף טויזנט דאללער... ער זאגט מיר: "איך האב זיך שוין לאנג מייאש געווען פון דעם חוב"; זעט מען וואס תפילה איז.


זאלסטו אויך אזוי טון; ווען דו לערנסט משניות און גמרא זאלסטו זיך מתבודד זיין דערביי, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די אלע תנאים און אמוראים זאלסטו ארויס גיין פון דיינע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט ארויף לייגן א פילטער אויף דיין סעלפאון, טעבלעט און קאמפיוטער וכדומה, ווייל אז מען קוקט רחמנא לצלן עבירות פארלירט מען אלסדינג, מען ווערט צעבראכן און דעפרעסט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם, שֶׁבָּא הַחוֹלַאַת הַזֹּאת מֵחֲמַת תַּאֲוַות נִיאוּף", פון די עבירה פון פגם הברית קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און שפירט נישט קיין טעם אין לעבן.


בעט איך דיר טייערער ברודער, הער צו וואס דער רבי זאגט און טו דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; דאס וועט דיר העלפן ארויס קריכן פון דיינע שלעכטע געוואוינהייטן. בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זיך צו קענען אפשאקלען פון די ביטערע עבירה.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן:
"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר; איך האלט אין איין פוגם זיין בברית, איך האב זיך נישט געהיטן אין מיינע יונגע יארן דערפאר איז געווארן ביי מיר א געוואוינהייט אז איך האלט אין איין פוגם זיין בברית. הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט פון דעם. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר און שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען אז דו דארפסט מיר נישט און איך בין זייער דערשראקן אז איך קען שוין מער נישט תשובה טון".


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון אלע שלעכט'ס.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער; עס איז נישט דא נאך א געשמאקערע זאך אויף דער וועלט ווי זיך אויס רעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. יעדעס ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, עס ווערט מער און מער קלאר פאר'ן מענטש אז עס איז גארנישט פארהאנען אויף דער וועלט אויסער דער אייבערשטער. נאר דאס נעמט מען מיט ווען מען גייט אוועק פון דעא וועלט, מוהרא"ש פלעגט חזר'ן כסדר דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און דערציילט אים יעדע זאך וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנץ לעבן און דאס שטייט אין אלע זיינע הייליגע ספרים; אז א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים, און דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


איך ווארט צו הערן פון דיר צי דו האסט ארויף געלייגט א פילטער אויף וכו'.


א גוטע נאכט.