מכתב יומי
טו אדר א' תשע"ט
February 20 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תשא, שושן פורים קטן, ט"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
היינט איז פאר אונז תלמידי היכל הקודש א גרויסע שמחה, נאכדעם וואס מיר האבן היינט נאכאמאל מסיים געווען 'ששה סדרי תוספתא'.
מוהרא"ש האט איינגעפירט אז אלע תלמידי היכל הקודש זאלן לערנען יעדן טאג אביסל בבלי, ירושלמי און תוספתא; מוהרא"ש זאגט אז דורכדעם וואס מען לערנט יעדן טאג א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא בויעט מען זיך א בית וואס איז ראשי תיבות: ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. דאס הייסט, אז יעדער מענטש וויל דאך האבן אן אייגענעם הויז, מען שוויצט פאר דעם א גאנץ לעבן און מען טוט אלעס אויף דער וועלט דאס צו קענען פארמאגן, דארף מען אויך זען זיך צו בויען א הויז וואס מען וועט קענען מיט נעמען אויף יענע וועלט; אז מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא בבלי, א בלאט ירושלמי און מען לייגט צו א פרק תוספתא בויט מען זיך אן אייביגע הויז וואס מען וועט מיט נעמען אויך אויף יענע וועלט.
איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט זיך מאכן א חשבון וואס דו האסטו געטון דורכאויס דעם פארלאפענעם ווינטער; עס איז אריבער א לאנגע ווינטער, האט א מענטש געהאט שכל און געפאלגט דעם רבי'ן האט ער זיך אנגעפילט מיט מקרא, משנה און גמרא, און אז נישט קען מען יעצט אנהייבן. הייב אן פון מארגן צו לערנען יעדן טאג איין פרק תוספתא בנוסף צום בלאט בבלי און ירושלמי וועסטו זיך בויען א בית לנצח נצחים, אויך וועסטו זוכה זיין צו האבן אן אייגענעם הויז, ווייל ווער עס לערנט תורה ווערט גליקליך און רייך.
נעכטן נאכט איז געווען א שיעור אין קרית יואל, אין בית המדרש היכל הקודש עצי תמרים; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די עצות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן און גערעדט פון דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה. א שאד דו ביסטו נישט געווען ביים שיעור, וואלסטו געהאט חיזוק צו גיין ווייטער הפצה - מזכה זיין נאך א איד מיט די עצות פון רבי'ן. דו קענסט הערן דעם שיעור אויף 'קול ברסלב'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת כי תשא, שושן פורים קטן, ט"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך טייערער ברודער; מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט אונז! ער וועט דיר נישט פארלאזן. דו וועסט נאך זען אז אלעס וואס דו גייסט יעצט אריבער - כאטשיג עס זעט דיר אויס ווי עס איז איין שטיק רע - איז אלעס נאר לטובתך.
בנוגע דיינע חובות וכו'; פאלג דעם רבי'ן, גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר! איך קען מער נישט נעמען מיינע חובות, עס דרוקט מיר מיין הארץ פון די חובות. איך דארף איינקויפן אויף שבת און דער גראסערי, פלייש און פיש געשעפט ווילן מיר מער נישט פארקויפן. אויך ווארט מיין ווייב איך זאל איר אהיים ברענגען געלט; הייליגער באשעפער מיין ווייב און קינדער פארלאזן זיך אויף מיר, זיי טראכטן און האפן אז איך וועל זיי אהיים ברענגען געלט אבער איך האב נישט צו וועם צו קוקן, איך קוק נאר צו דיר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): די פרוי פארלאזט זיך אויף איר מאן און די קינדער פארלאזן זיך אויף זייער טאטע אז ער וועט אהיים ברענגען געלט צו קענען קויפן עסן, אבער דער מענטש זעלבסט האט נישט צו וועם זיך צו ווענדן - נאר צום אייבערשטן"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זען ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.
נאך אן עצה געב איך דיר פאר עשירות: זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", רבא האט געזאגט: 'זייטס מכבד ענקערע ווייבער וועט איר רייך ווערן'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע עשירות פונעם מענטש איז תלוי אין זיין ווייב; אז מען רעדט שיין צו די ווייב, מען טשעפעט איר נישט – דאן איז מען זוכה צו האבן עשירות, (דאס מיינט נישט צו זאגן אז דו זאלסט ווערן איר קנעכט, וואס זי זאגט און וואס זי טראכט דארפסטו טון; מען רעדט פון טשעפען און וויי טון).
איך ווארט צו הערן פון דיר א סיום, אדער שרייב מיר אז דו לערנסט יעדן טאג.