מכתב יומי
יד כסלו תשפ"ו
December 04 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שריי נישט אין שטוב, שריי נישט אויף דיין ווייב; אז מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך - טרייבט מען ארויס די שכינה פון שטוב. א ברסלב'ער חסיד דארף רעדן שיין צו די ווייב, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), אז מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייב, מען דארף רעדן שיין צו איר און איר האלטן טייער.
איך זיץ מיט קינדער און מיט בחורים שוין איבער צוואנציג יאר, איין זאך קען איך דיר זאגן, די צעפליקטע נשמות קומען פון שטיבער וואו עלטערן זענען זיך נישט מכבד איינער דעם צווייטן, און די געזונטע נפשות, די קינדער וואס זענען הונדערט פראצענט גייסטיש געזונט - די קומען פון די פרייליכע שטיבער וואו טאטע מאמע רעדן שיין איינער צום צווייטן, מיט דרך ארץ.
אז דיין ווייב רעדט נישט שיין צו דיר - האט דאס אויך מיט דיר; דו רעד צו איר מיט דרך ארץ, דו פיר זיך מיט הכנעה - וועט זי מיט די צייט רעדן צו דיר שיין. ווייל שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין, אז מען האט א שמייכלדיגע פנים זעט מען אין די וואסער א שמייכל, און אז מען האט א זויערע פנים זעט מען אין די וואסער א זויערע פנים - "כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי אויך מאן און ווייב; ווען איינער שמייכלט צום צווייטן וועט דער צווייטער צוריק שמייכלען.
זוך נישט צו זיין גערעכט, זוך נישט אויסצופירן, זוך נאר איין זאך - עס זאל זיין שלום בית, די קינדער זאלן נישט ווערן צעריסן פון דיר, געב פאר דיינע קינדער א געזונטע זעל. בייג זיך אראפ, בייג איין די גאווה, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ" - זאגן אונז די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט:), בייג זיך אראפ צו איר - וועט זיין שלום אין שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.