מכתב יומי

יד תמוז תשפ

July 06 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זיי פרייליך; אלע פראבלעמען וועלן אוועק פאלן ווען דו וועסט זיין פרייליך.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דיפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע, ווייל מען איז נישט פרייליך.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט ענטפערן וכו'; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ - דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; פריי דיך אז דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג תשובה צו טון. מיר דארפן נישט פאסטן אויף אונזערע מעשים, מיר דארפן נישט טון קיין גרויסע עבודות וכו' און סיגופים וכו'. דער רבי געבט אונז אן אנדערע סארט תיקון, דער תיקון איז אז מיר זאלן נישט ענטפערן ווען מיר האבן א בזיון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.