מכתב יומי

יג תמוז תשפ

July 05 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


זע צו לערנען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום יעדן טאג; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; דער הייליגער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין פרייטאג - ערב שבת; אבער מען טאר זיך נישט לאזן נארן, מען דארף שטענדיג קוקן אויף זיך און זיך מאכן א חשבון הנפש: 'איך האב מעביר סדרה געווען פאריגע וואך? איך לערן חומש יעדן טאג?' אז מען הייבט אן פון זונטאג און יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, איז מען זוכה אז מען ענדיגט יעדע וואך די סדרה און מען איז זוכה צו לעבן מיט די פרשה יעדן טאג.


איך האף אז היינט מארגן וועלן מיר קענען ארויס ברענגען די בחורים צווישן די פעלדער און וועלדער; עס איז גאר אנדערש אינדרויסן פון שטאט. מען באקומט אביסל ישוב הדעת אינדרויסן פון שטאט; עס איז א מחי' צו זיין צווישן די גראז אין ביימער, מען קען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט אמאל בשעת ער איז געווען אויף א שפאציר מיט זיינע תלמידים (שיחות הר"ן, סימן קסג): "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל - כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


טו וואס רבי אהרן קובליטשער זכרונו לברכה פלעגט טון; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל - אפילו ער איז געווען אן עני ואביון און ס'איז נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט טאקע האב איך נישט גארנישט, אבער עס וועט נאך זיין זייער גוט און דעמאלט וועל איך דאך האבן מיט וואס זיך צו פרייען, בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


איך בענק זיך נאך דיר; איך האף אז דו וועסט זיך אריבער כאפן פון צייט צו צייט. די שיעורים זענען אלע יארן מער ווייניגער אין די זעלבע צייט, אכט אזייגער איז דער שיעור אין גמרא - א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי, אום אכט דרייסיג פארנאכטס איז דער שיעור אין התחזקות. אויך קומט פאר די סעודת מלוה מלכה יעדע וואך בערך א שעה און א האלב נאכן זמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.