מכתב יומי
יז אב תשע"ח
July 29 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן; דער רבי לאזט אונז נישט פאלן, דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אויפגעבן ווען מיר זעען ווי עס גייען אריבער כמה וכמה שנים און מען דערזעט זיך נאך זייער ווייט פון יעדע שייכות צו די קדושה, נאר מיר זאלן ווייטער פראבירן אריין צו כאפן וואס מיר קענען.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען, אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".
די וואך פרייטאג זענען מיר מסיים גאנץ ירושלמי און דעם קומענדיגן שבת הייבן מיר אן נאכאמאל א מחזור צו לערנען יעדן טאג א דף ירושלמי, כאפ זיך מיט מיטן סדר הלימוד צו לערנען יעדן טאג א בלאט ירושלמי; מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך פארלערנען יעדן אינדערפרי א בלאט ירושלמי גלייך נאכן פארלערנען דעם דף בבלי.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ליבער ברודער, אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד, יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תופסתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הקדוש ותיקונים, מדרש רבה ותנחומא - איז מען זוכה צו שפאצירן אין די תורה לארכה ולרחבה און דער לעבן איז גאר אנדערש.
זיי געזונט און שטארק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.