מכתב יומי
טו אב תשע"ח
July 27 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
עש"ק פרשת ואתחנן-נחמו, חמשה עשר באב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת, דער אייבערשטער טרייסט אונז אידישע קינדער, אזוי ווי דער פסוק זאגט (ישעיהו מ, א): "נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי", טרייסט דיך טרייסט דיך מיין פאלק.
מוהרא"ש זאגט, מיר זאלן זיך פארשטעלן אז מיר זענען אריבער א שווערע צרה, נישט סתם א צרה, נאר גאר א שווערע איבערגאנג; מען האט דיר אויסגעשאסן אלע פענסטערס, פארברענט דיין שטוב, פארלאשן אלע ליכטיגקייט, דיר פארטריבן אין גלות און עס זעט אויס ווי אלעס איז פארטיג, קומט דער אייבערטשער און זאגט: "נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי" - טרייסט דיך, איך בין מיט דיר, איך וועל דיר נישט אפלאזן! דאס דארף זיין אונזער גרעסטע שמחה, אז מיר האבן דעם אייבערשטן וואס איז מיט אונז און טרייסט אונז.
דערפאר דארפן מיר זיך זייער פרייען דעם שבת; מיר דארפן טאנצן א גאנץ שבת אז דער אייבערשטער טרייסט אונז. דער עיקר טרייסט איז אז מיר האבן שכל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צב.): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", ווער עס האט שכל איז ביי אים אזוי ווי דער בית המקדש שטייט; וואס איז שכל? וואס איז דעת? אז דער מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן און ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז דעת, אזוי ווי עס שטייט (דברים ד, לה): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ".
ווי גליקליך זענען מיט אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און מקורב ווערן אין היכל הקודש קודש הקדשים וואו מען לערנט מיט אונז אמונה; מוהרא"ש לייגט אריין אין אונז מיר זאלן 'לעבן' מיט אמונה, נישט נאר וויסן פון אמונה, נאר לעבן מיט אמונה, אטעמען אמונה; דער גאנצער לעבן איז אן אנדערע סארט לעבן ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן. ווען א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן לעבט ער א גוט לעבן.
לאז זיך נישט אריין כאפן אין די נעץ פונעם שטן וואס זוכט נאר ווי ער קען ארויפלייגן אויפן מענטש עשרה קבין מרה שחורה מיט א לבוש פון ערליכקייט; שבת דארף מען זיין פרייליך, א גאנץ שבת זאלסטו טאנצן מיט דיין משפחה אויף די גרויסע זכיה וואס מיר האבן אז מיר האבן שבת קודש.
א פרייליכן שבת.