מכתב יומי

יז אב תשפ"א

July 26 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, טו תשובה; אז דו וועסט תשובה טון וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, דיין ווייב וועט שלום מאכן מיט דיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א) אויפ'ן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען די פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", די אייגענע ווייב; ווייל ווען מען פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, מען גייט אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, מען לערנט די הייליגע תורה און מען היט זיך פון עבירות - ווערט די ווייב גלייך אן העלפער פאר'ן מאן, זי מאכט שלום מיט אים, זי ווערט אויס ברוגז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


איך וויל בעטן אלע פרויען פון אנשי שלומינו זאלן רופן די משפחה און באקאנטע צו די פלעי וואס אונזערע תלמידות טוען פארשטעלן דעם קומענדיגן וואך זונטאג, מאנטאג און דינסטאג – פרשת ראה; עס איז א גרויסע הפצה, מען קען דורכדעם אויפלעבן אסאך פרויען.


די פלעי וואס בית פיגא טוט פארשטעלן איז נישט סתם א מעשה וואס מען קומט און מען גייט אהיים אן מיטנעמען עפעס מיט זיך; די פלעי וואס בית פיגא שטעלט פאר איז פון סיפורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה) אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; די מעשיות ברענגט א מענטש נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.