מכתב יומי
יט אב תשפ"א
July 28 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; ווען עס גייט אריבער אויף א מענטש שווערע ביטערע נסיונות און מען דערהאלט זיך, מען האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן - דער איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
די פאר ווערטער פון הייליגן רבי'ן איז אזוי מחי' און מחזק; מען הערט נייע זאכן, מען ווערט געוואר אז מען איז חשוב ביים אייבערשטן, עס געבט כח זיך צו דערהאלטן ווייטער נישט צו האבן קיין קשיות און ספיקות, נאר גלייבן באמונה שלימה אז 'אלעס וואס גייט אריבער איז נאר פאר מיין טובה, פאר מיין נצחיות'.
טייערער ברודער, מען פרובירט אויס יעדן איינעם; טראכט נישט אז נאר דו ביסט א געשלאגענער, נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס מען זאל אים נישט אויספרובירן מיט שווערע ביטערע נסיונות; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן.
די בעסטע פלאץ וואו זיך צו באשיצן איז ביים אייבערשטן, אנטלויפן צו אים און צו די תורה.
בלייב געזונט, איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קומענדיגע וואך, פרשת ראה, וועט זיין א פלעי דורך אונזערע תלמידות; די פלעי וועט זיין זונטאג, מאנטאג און דינסטאג אינעם תלמוד תורה בנין אין ליבערטי, זע צו ברענגען דיין משפחה, עס לוינט זיך אלע געלט דאס צו קענען מיט האלטן, עס לוינט זיך צו קומען צו פארן פון שטאט דאס צו זען.
זיי גייען אויפשפילן די מעשה פון בן מלך און בן השפחה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יא); זיי האבן שוין חזקה אז די פלעיס וואס זיי שטעלן פאר זענען הערליך שיין, פול מיט תוכן, פול מיט יראת שמים, אינטערעסאנט און באלערנד. העלף ארויס אין שטוב, זיי מסדר אז דיין ווייב זאל קענען מיט האלטן די פלעי, זי און דו וועלן הנאה האבן, די גאנצע משפחה וועט פארדינען פון דעם.
אויך וויל איך דיר פערזענליך לאדענען צו די סעודה וואס מיר מאכן צו דאס אויפנעמען הרב רבי יונה שליט"א זאל זיין דיין פאר אונזער קהילה, אום זונטאג פרשת כי תצא; עס וועט פארקומען אין תלמוד תורה בנין אין ליבערטי.
פאר מיר איז דאס א יום טוב און א גרויסע שמחה; דער דיין שליט"א לערנט ביי מיר פון אלס קינד, פון די צוועלף יאר; אלע זיינע יארן האט ער נאר געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן.
איך לאדן דיר מיט דיין ווייב, אויך זאלסטו ברענגען דיינע קינדער; עס וועט זיין א פלאץ פאר די קינדער, די מלמדים וועלן זיין מיט זיי. זאלסט אנטון די קינדער בגדי שבת, איך וויל די קינדער זאלן מיט האלטן די כבוד וואס מען געבט פאר די תורה.
בנוגע אומאן; איך ווייס נישט אויב דו האסט גענומען א פלאץ צו זיין מיט אונז אינאיינעם, יעצט איז שוין נישטא קיין פלאץ. יעצט קומען צו מיר בחורים און אינגעלייט איך זאל פרובירן צו מאכן פלאץ פאר זיי, יעצט איז שוין אלעס פארדינגען; מען וועט קענען מיט האלטן דאס דאווענען, דער בית המדרש איז אפן פאר יעדן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.